היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ארטיקל אין צייטשריפט פינעם בית השחיטה המהודרת

ארטיקל אין צייטשריפט פינעם בית השחיטה המהודרת

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2691223

rebyankel » 22/9/2009 01:26

אינעם יעצטיגען צייטשריפט ערשיינט א הערליכע באשרייבונג פין די בית השחיטה המהורת, באגלייט מיט גאר הערליכע בילדער.
ס'קוקט אויס צו זיין א הערליכע אין רייכע ארבעט.

 אגב, דא איז געווען א שטיק צייט ציריק א רעדע אז שקרן-פארמעליך איז דארט א שרייבער, נו! וויאזוי גייט עס איינאיינעם?

בלומבערג » 22/9/2009 04:40

reb yankel

זיי מזכה את הרבים ברענג א קאפי לאז דער עולם הנאה האבן

למען_האמת » 22/9/2009 04:44

וואס עפעס ברענגען א קאפיע, אז דער עולם וויל עס לייענען איז עס דא צו באקומען אין אלע געשעפטן

פארשטיי » 22/9/2009 17:18

גאנץ א גוטע מאוו,


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/09/2009 0:05:28

rebyankel » 22/9/2009 20:30

אלעס קען זיין.
למעשה קוקט עס  אויס צו זיין א הערליכע ארבעט, א רייכע ארטיקעל מיט פינטקליכע דעטאלען פינעם גאנצן סיסטעם אין בית השחיטה באשריבן אויף ארום 25 זייטן.

ווען מ'רעדט פינעם בית השחיטה המהודרת קען מען נישט מוסיף זיין אדער גורע זיין ווייל מ'לאזט יעדעם אריין....

ביי מיין גראסערי האב איך געקויפט איינס פאר די לעצטע.

כ'וויל נישט ארויפלייגען דעם ארטיקעל, ווייל כ'האב נישט קיין רשות פינעם שרייבער,  אבער כ'האף באלד צו ברענגן אפאר בילדער

rebyankel » 22/9/2009 21:29

די דעקל
 
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי rebyankel ב- 22/09/2009 21:31:34

rebyankel » 22/9/2009 21:38

דער ארטיקעל
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

פארשטיי » 23/9/2009 22:23

ר' מיילך שטערן און זיין קאליציע האט שוין אנגעהויבען א מאסיווע קאנטער אפענעסיווע אויף די צייטשריפט! אויפן חטא, פון באשרייבען די בית השחיטה! לכבוד יום הקדוש וועט איר באקימען אויף די פאסט, א געמישעכס פון אויסגעבראכענע קניידליך פון ר' מיילעך שטערן מיטן נאמען ''להסיר מסווה'' וואו ער לייגט אריין זיין שנאה צו די אויסגאבע דער צייטשריפט, צוליס דעם באשרייבינג, און יודישקייט, כדרכו( עיין ערך מתי שוא, כת המולך, שפת אמת, ארטיקעלען אין לי קעניג וכו' )

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 24/09/2009 0:36:40

rebyankel » 23/9/2009 23:57

כ'הער אז די ריאקציע אויף דעם ארטיקעל אז גאר שטארק, אין די געשעפט ווי איך קויף איז עס שוין לאנג אויסגאגאנגען.

Isacmandel » 24/9/2009 00:27

וואס פונקטליך איז די צייטשריפט?
ווער גיט עס ארויס?
ווי אפט קומט עס ארויס?
איך האב עס נאך קיינמאל נישט געקויפט.

פון די געסקענטע בילדער קען מען זעהר שווער לעזן וואס דארט שטייט.

איז עס אזוי ווי די מעלות
שפאקטיוו
דער בליק


גאסט » 15/11/2009 18:43