מודעה א'
היות ווי אידן מדקדקים בכשרות זענען מהדר צו שלאגן כרפות, דוקא מיט ריינע ווייסע הינער ווי דער מנהג איז, און דאס דארף זיין דוקא כשר'ע הינער.
איז וויכטיג מעורר צו זיין יעדן איד:
אויב מען באקוקט נישט די עופות פון צומת הגידין איז עס א חשש טריפה.
קויפט נאר דארט ווי דער געשעפטס-מאן פארזיכערט אז מען איז בודק די עופות פון חשש טריפה.
פאר יום הדין הנורא איז נישט כדאי זיך ארומצושפילן מיט חשש טריפות רח"ל.
מודעה ב'
קומענדיגען זונטאג, ערב יום הקדוש צופרי, וועט מען שלאגט כפרות, וועלן געוויסע מענטשן פראבירן צו נעמען א מומחה און אליין מיט די אייגענע הענט און אויגן פראבירן בודק צו זיין די עופות - אן אויפשיינדן.
להוי ידוע אז מ'קען נישט ! עס איז א שאד אייער צייט.
אויב שניידט מען נישט אויף, קען מען נישט באמערקן צו איינע פון די 16 גידין זענען איבערגעריסן. דאס קען מען נאר זען אויב מ'שניידט אויף אונטער פולקע, ביים געלן פוס.
נאכאמאל, פאר יום הקדוש, נעמט נישט קיין כפרות ווי מ'רעדט אייך איין אז ביי זיי איז אלעס כשר.
אויב ס'איז כשר, לאמיר זעהן לאזן זיי עפנען די יעדן עוף, און לאזן זיך מענטשן איבערצייגן, אז ס'איז טאקע כשר.
דעם יודע מחשבות קען מען נישט פאפען!
מיר טארן זיך אויך נישט לאזן פאפן!
בברכת גמר חתימה טובה, ושנת גאולה וישועה