היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בזיון המת : הרה"ח ר' יעקל שווארץ ז"ל

בזיון המת : הרה"ח ר' יעקל שווארץ ז"ל

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2690769

בלעקבערי » 21/9/2009 04:50

דעם יום טוב ראש השנה האט נישט נאר חסידי סאטמאר געכאפט א קלאפ, נאר דאס גאנצע יהדות החרדית
 
איינע פין די עמדי החסד אין אמעריקע הרב החסיד ר' יעקל שווארץ ז"ל איז נסתלק געווארן אין עלטער פין 90 יאר
ר' יעקל איז ממש געווען דער פיאנער פין די אלע היינטיגע וואילטעטיגע ארגענזעציעס
ר' יעקל איז געווען א אינסטעטאציע פין צדקה ער איז געוען דער ערפינדער פין ביקור חולים
א בלוט באנק, פעקלעך פאר קראנקע יודען, אין יעדן הינזיכט ווען א יוד האט געזיכט הילף אויפן מעדעצינשן פעלד איז ר' יעקל געווען " דער " אדרעס.

ר' יעקל איז געווען א סאטמארער מיטגליד אין ער האט באצלט פאר קהל, קרקע, מיט די גאנצע מעמבערשיפ.
 נאך זיין הסתלקות איז שמילא וואלדמאן (א ברידער מייט דעם מסור יאסל ) איינע פין די זאלי חברא קדישא
אין א מחותן מיטן נפטר ז"ל דעקלערט אז נאר זאלי חברא קדישא קענען זיך מטפל מיטן נפטר.
 ער האט געריפן ר' ישראל דוד ווינבערגער זלמן לייב פעלדמאן מיט יאנקל שטערן.
 
אזוי ווי די זאלי חברא קדישא זענען אנגעקומען אינעם טשאפל אין זיי האבן געהערט אז מען גייט אים לייגן אינעם בית החיים אין קרית יואל, זענען די 3 זאלי חברא קדישא אוועק געגאנגען אין זיי האבן נישט געוואלט מאכן די טהרה 
אזוי איז דער נפטר געלעגן איבער 2 שעה ווייל שמילא וואלדמאן האט נישט געוואלט צילאזן די סאטמארער חברה קדישא 

אין די צייט האבן די זאליס אנגעהויבן צי פארפירן ביי די משפחה אז מען זאל אים לייגן אין פאללאק'ס לאט 
די משפחה האט געזעהן אז ס'נעמט נישט קיין עק האבן זיי תיכף אריבער געריפן ר' שלמה שמש 
אין ר' שלמה איז געגאנגען ריפן ר' אייזיק הערש בערקאוויטש, ר' אברהם יושע ווייס, ר' עיקבא הירש 
אין זיי האבן געמאכט די טהרה. 
הגז"ל  אין נאך זיין סעודה געגאנגן צי די לווי' אינמיטן קומט אים משה בן פראדל אנטעקעגן אין זאגט אים אז מען גייט אים לייגן אין געהעריגן בית החיים אין נישט ביי פאללאק.
האט זיך הגז"ל אויס געדרייט מיט משה בן פראדל אין אהיים געגאנגען אין נישט געגאנגען צי די לווי'. 

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
 
פשקעוויל » 21/9/2009 05:54

הלב כואב, מען זעהט אויס ווי ביי אייך איז נישט גיוועזין ראש השנה, תיכף מוצאי יו"ט אתם ממשיכים פאליטיק מיט שנאת חנם.

איר זענט מונע די גאולה!!!!

איזראלי » 21/9/2009 08:25

די עצם המעשה איז נישט מונע די גאולה נאר אז מען איז מוחה א קעגן דעם דענסטמאל איז מען מעכב די גאולה ?? צביעות האט אויך א שיעור !

מישמאש » 21/9/2009 14:54

ווער געדענקט נאך ר' יעקל א קעקל ...

זאל ער זיין א גיטע בעטער אין א שליח ציבור פארן גאנצן כלל ישראל.

בלעקבערי » 21/9/2009 15:07

איי איי איי רעב יעקל אקעיקל
גוטע צייטן געווען מהאט זיך
געשטופט אונטן אין ביהמ"ד צו באקומען א שטיקעל הארטע קעיק' !!

שומרשמיטה » 21/9/2009 20:32

וואו האט מען מטמין געווען דעם נפטר?

בלעקבערי » 21/9/2009 20:37

אין בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל אינאיינעם מיט רבוה"ק זי"ע און מיט אלע ראשי קהלתינו וזקני ופני עדתינו ז"ל

YESWECAN3 » 21/9/2009 21:43

אין וויפיל האט ער באצאלט?....

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/09/2009 21:41:25

יענקעלע11 » 21/9/2009 22:17

ער האט נאר אויסגעצאלט מעמבערשיפ,
בערך 6 וואכן צוריק,
ווייל א חלקה האט ער שוין לאנג צוריק געקויפט,
און א אויסגעצאלטער מעמבער וואס האט א חלקה
דארף גארנישט באצאלן,

אגב, ס'איז דא צענדליגע עלטערע אידן
ר' יעקל ע''ה'ס גלייכן, וואס צאלן ווייטער
מעמבערשיפ פאר ר' שלמה שמש,
און מיר האלטן ווארט און זענען נישט מפרסם
זייערע נעמען, כדי מונע צו זיין פון זיי עגמת נפש וד''ל,
לא בחינם וויינען די זאליס אז ר' שלמה ווערצבערגער
פארטרעט זיי נישט, אוודאי פארטרעט ער ענק נישט
איר האט דאך עהם משלח געווען בחרפות ובבושות,
אצינד לייד איר די קאנסעקווענצעס,
עכ''פ דער רבי שפארט זיך זיכער אפאר הספדים,
ווייל ער לויפט דאך אוועק פון די לוויות אזוי ווי ער ווערט
געוואויר אז מען לייגט דעם נפטר אין קרית יואל,
און נישט בחלקת המוסרים,

YESWECAN3 » 21/9/2009 23:15

יענקעלע11 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער האט נאר אויסגעצאלט מעמבערשיפ,
בערך 6 וואכן צוריק,
ווייל א חלקה האט ער שוין לאנג צוריק געקויפט,
און א אויסגעצאלטער מעמבער וואס האט א חלקה
דארף גארנישט באצאלן,
אה..אזוי ר' איזריעל פערלשטיין ע''ה.. כא..כא..מען האט ענק גיט אפגעהאקט די הענט מיט ענקער טעראר..די גאס דרייט זיך יעצט ארום מיט א ווערטעל אז ביי די ארונים איז יעצט דא א ספעשיל..ביי וואן ענד געט וואן פרי...
אגב, ס'איז דא צענדליגע עלטערע אידן

 צענדליגער דאס איז די גאנצע?..יעצט פארשטטי איך שוין פארוואס ענק האבען נישט אנגעצויגען גאנצע 30 %..
ביי די וואלען פאריגע וואך.

ר' יעקל ע''ה'ס גלייכן, וואס צאלן ווייטער
מעמבערשיפ פאר ר' שלמה שמש,
און מיר האלטן ווארט און זענען נישט מפרסם
זייערע נעמען, כדי מונע צו זיין פון זיי עגמת נפש וד''ל,
לא בחינם וויינען די זאליס אז ר' שלמה ווערצבערגער
פארטרעט זיי נישט, אוודאי פארטרעט ער ענק נישט
איר האט דאך עהם משלח געווען בחרפות ובבושות,
אצינד לייד איר די קאנסעקווענצעס,
עכ''פ דער רבי שפארט זיך זיכער אפאר הספדים,
ווייל ער לויפט דאך אוועק פון די לוויות אזוי ווי ער ווערט
געוואויר אז מען לייגט דעם נפטר אין קרית יואל,
און נישט בחלקת המוסרים,
 
איך האב נישט געבעטען קיין דרשות..איך האב געבעטען א פרייז, ווייסטי איז גיט אז נישט גיי צירוק שלאפען...

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/09/2009 23:13:26

יענקעלע11 » 22/9/2009 01:03

זאג נאר טיפש'ל,
דו האסט שוין אמאל פארלוירן אין דיין לעבן?
קיקט נישט אויס,
כאפסטו א פראסק, האסטו געווינען,
כאפסטו א שטויס, ווייטער געווינען,
א ציפ, אויך געווינען,
הפנים דו קענסט נישט פארלירן,

ענדליך שטארבט שוין א זאלי,
נו, איז דאך גיט, אויף דעם האט איר דאך געווארט,
מען שארפט זיך שוין די ציין,
זילא גייט שוין האבן א שכן מיט וועם א ווארט צו רעדן,
און יעצט וועלן די אהרונים איינמאל פאר אלעמאל געוואויר
ווערן אז די פארטי איז פארטיג,
מען קען מער נישט נעמען קיין געלט ביי די זאליס,
זלמן לייב שפאצירט אזוי מיט א שמייכל צו די לוי'
און פאנטאזירט שוין ווי אזוי ער וועט ארויס שטרעקן די צינג
פארן ערשטן אהרוני וואס ער טרעפט,
הלוואי קומט עהם יעצט א קעגן ר' בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג,
אדער כאטשיג שלום אליעזר פרענקל, אדער סיי וועלעכער אהרוני,
איי וועל איך לאכן פון זיי, און די פאנטאזיעס בארן דעם מוח ביז...
אויפאיינמאל, פאף, משה גבאי קומט עהם אקעגן און מיט א
כעס שרייט ער אויס אז די פ... אהרונים האבן שוין ווייטער געזיגט,
וואס איז געשען פרעגט זלמן לייב אביסל נערוועיז,
מען לייגט עהם ביי די בני יואל?
וואס בני יואל ווען בני יואל, שרייט דער משה גבאי מיט א שוימיגן פיסק,
מען לייגט עהם ביי די אהרונים!!!
וואס? שרייט זלמן לייב, ר' יעקל לייגט מען ביי די אהרונים?
ווער איז דארט אין זיין משפחה א אהרוני?
די קינדער זאגן זאגט משה גבאי אז עטליכע וואכן צוריק האט ר' יעקל
באצאלט פאר די אהרונים און צוואה געלאזט אז נאר שלמה שמש
מעג זיך מיט עהם מטפל זיין, פ.. איט שרייט זלמן לייב
(יא יא כהאי לישנא, בעצם ראש השנה),
איך גיי נישט צו די לוי', זיי מעגן ווארטן אויף מיר,
און כך הוה, ער האט זיך איינגעשפארט אין זיין שטוב און געטריצט
מיט די גאנצע וועלט, יחצאל איז ביי די לוי' נישט געווען,

אבער עם כל זה, קומט דער נארישער יעס ווי קען, און קלעימט ויקטארי,
ער האט געווינען, געווינען געווינען, פארוואס האט ער געווינען?
ווייל ר' יעקל ע''ה האט נישט באצאלט נאכאמאל פאר א קרקע,
איי ער האט דאך געקויפט א קרקע און באצאלט מעמבערשיפ ווי א נארמאלער
מענטש, אבער יעס ווי קען האט געווינען....

איך האלט אויך מפורש אז ס'איז געווען א מעכטיגער בזיון המת,
ווייל דער מת האט אזוי ביטער מבזה געווען געווען די זאליס אז זיי
קענען זיך נישט אויפדעקן זייער פנים, און איך זאג אייך אז צעווישן די באצאלערס
זענען דא די סאמע העכסטע זאליס, זייערע שענסטע אידן שיקן שלוחים
און באצאלן זייער באלאנס עד פרוטה אחרונה, און ווי עס זעהט אויס גייט נאך
זיין אסאך בזיון המת, און די זאליס גייען נאך היפש געווינען,
אבער שלמה שמש פארטרעט נישט די זאליס, אמת?........

rebyankel » 22/9/2009 01:22

גיט געזאגט!

אגב, די פרייז איז נאך דערווייל די זעלבע וואס איז געווען תשס''ב ווען די זאלי'ס האבען ג'גנב'ט קהל'ס אפיס מיט די חברה קדישא.......

YESWECAN3 » 22/9/2009 01:25

וואס איז די פרייז?...

rebyankel » 22/9/2009 01:26

פרעג שאול וויפיל ער האט גענומען תשס''ב

אגב, כ'הער אז ר' יעקל האט באצאלט אויך די מעמבערשיפ פאר קהל עטליכע וואכען ציריק, טראץ די געבעטן פין ר' א' י' ש' פין זאלי'ס ח''ק 

תוקן על ידי rebyankel ב- 22/09/2009 1:26:41

YESWECAN3 » 22/9/2009 01:37

אקעי ארונימלך איך זעה אז מען קען מיט ענק נישט ארויס קריכען..איך וועל פראבירען נאך איינמאל!!..האט ר' יעקעל באצאלט $10.000 אדער $20.000 ..........

ארגינעלער » 22/9/2009 01:40

די פרשה פין ר' יעקל ע"ה וועט אריין גיין אין היסטאריע אלץ שווארץ קאפיטל פין די זאלי'ס
ר' יעקל איז דער גינראטאר פין חסד די לעצטע 60 יאר א יוד וואס א יעדע פראבלעם איז צי אים אנגעקומען
אין די זאלי חברה קדישא האט נישט געהאט א טראפ רעשפעקט פארן נפטר צי מאכן די טהרה
איך הער אז יאנקל שטערן האט ניטאמאל געוואלט קומען צי די טהרה ( שעם דיך יאנקל )
דאס איז גאר א ניי אין א נידעריגע שטאפל פין די זאליס חברה קדישא.

דעס איז א לעקציע פאר די אלע יודען לאיוש"ט וואס ווילן ליגן אין געהעריגן בית החיים
נישט צי ריפן די זאלי חברה קדישא, ווייל ס'וועט נאר זיין א בזיון הנפטר, אין זיי וועלן סתם אויף האלטן די טהרה אין צים סוף וועלן זיי עס נישט מאכן.

איזהו חכם הרואה את הנולד

YESWECAN3 » 22/9/2009 02:21

MR ארגינעלער ביטע זיי מסביר אז ר' יעקעל איז געגאנגען ליגען ביי ענק פארוואס האבען די זאליס חברה קדישה געדארפט מאכען די טהרה?..ליגט עס דען נישט אויף ענק?..אין פארוואס הייסט עס א בזיון האבען דען די זאליס איינגאשפארט די נפטר?..פאר 8 שעה?..

מישמאש » 22/9/2009 05:21

לישטותך אז פערלשטיין איז געגאנגען אין פאללאק'ס בית החיים וואס איז געווען דער בזיון ?

פארשטיי » 22/9/2009 17:17

זייט ווען איז דא צוויי חברה קדושא'ס? עס איז דא איין חברה קדושא וואס באשטייט, פון

הלל דוב גאנץ
ישראל דוד וויינבערגער
אברהם יושע ווייס
שלמה וואלף שעהנפעלד
עקיבא הירש
אייזיק הערש בערקאוויטש
משה חיים קרויס
יעקב שטערן
זלמן לייב פעלדמאן

וואס זיי מאכען די טהרה, ביי יעדען סאטמארע אומגליק'ספאל, זיי מאכען נישט קיין חילוק וואס דער נפטר איז געווען, ניין? אזוי איז אלעמאהל געווען, עפעס האט זיך געטוישט?

rebyankel » 22/9/2009 21:21

די טריקענע מציאות
לפי ידעתי:
די חברה קדישא איז געווען די איינציגסטע זאך אין סאטמאר וואס איז נישט געווען ציטיילט ביז היינט - אדאנק דעם איש נכבד הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, ביי יעדע לוי' פלעגט ער רופן ''יעדן איינעם'' זאל אנטיילנעמן אין די טהרה.
די חברה קדישא פלעגט באשטיין פין מער ווייניגער די פאלגענדע אנשים חשובים:
ר' שלמה וועצב''ג - משמש
ר' הלל דוב גאנץ
ר' ישראל דוד וויינבערגער 
ר' אברהם יושע ווייס
ר' שלמה וואלף שעהנפעלד
ר' עקיבא הירש
ר' אייזיק הערש בערקאוויטש
ר' משה חיים קרויס
ר' יעקב שטערן

די זאלי'ס האבען עטליכע יאר ציריק, געוואלט אנהייבן צו רידערן אין ווייזען בעלות האט דאן רז''ל פארלאנגט פין ר' שלמה  זאל אריינשטעלט נאך עטליכע זאלי'ס - אלס מיטגלידער אין די חברה קדישא כדי צו זיין מער פארזיכערט, (כ'וויל נישט מאריך זיין אין די עשי''ת וואס זיין ציל איז געווען) {ער האט נאך דאן זיך משתלט געווען אויפן ביה''ח, דורך דעם הולך לבג''ץ/ערכעות}
אין ר' שלמה האט דאן אפגעמאכט אין אריינגעשטעלט:
ר' זלמן לייב פעלדמאן {הייניטגער שמש ביי די זאלי'ס, אין האט געארבעט פאר א שטיק צייט ביי יראים טשאפעל, וואס פין דארט האט ער זיך געקענט מיט ר' שלמה}
ר' ..?.... מייזעלס

למעשה האט זיך קהל דאן צאמגעזעצט, וואס צו טוהן
לויט ווי איך פארשטיי האט נאך קהל דאן נישט געוואלט ציריקנעמן די ביה''ח פין די גזלנים ווייל מ'האט נאך געוואלט זעהן אויב די זאלי'ס באקומען א דעקלערעישאן, אין מ'האט דאן אפגעמאכט אז מ'גייט עס לאזען אזוי, אין קהל גייט אויך אריינשטעלט 2 מיטגלידער אין די חברה קדישא:
ר' ...? ווייס
ר' ....קליין ב''ר ישראל אלימלך

אין די חברה קדישא איז דאן פארברייטערט געווארען צו נאך 4 מיטגלידער,

(פארשטייט זיך אז ר' שלמה האט נישט געמעגט רופן די 2 נייע מיטגלידער פין קהל, אבער די אנדערע מיטגלידער פלעגן זיכער מאכען אז זיי קומען צו יעדע טהרה)

זינט די זאלי'ס האבען געטוהן דעם ''קליגען שריט'' אין פארשיקט ר' שלמה, פלעגט ר' שלמה רופן ביי יעדע לוי פעלדמאן אז ער זאל רופן זייערע ח''ק מיטגלידער אין ער פלעגט אליין רופן די היימישע ח''ק מיגלידער, און אין א פאל וואס די משפחה זענען געווען  זאלי'ס אין גערופן קודם פעלדמאן, דאן פלעגט פעלדמאן רופן ר' שלמה זאל רופן די סאטמערע (ארונים) מיטגלידער אין פעלמאן האט אליין רופן די זאלי מיטגלידער.

אין עס האט אזוי אנגעהאלטן ביז ראש השנה תש''ע לפ''ק,

אגב, עטליכע וואכען ציריק האט רז''ל ווידער פארבירט זיין LUCK  אין אריינגעשטעלט איינעם וויינשטאק - {א בנ''י} אין די חברה קדישא, (כ'ווייס  נישט וואס זיין ציל פינקטליך איז) אין קהל האט עס דאס מאל גענצליך איגנארירט.

צום ענין:

דעם ראש השנה ווען ר' יעקל ז''ל איז נפטר געווארען האט מען גערופן פעלדמאן {זאלי'ס שמש} פאר די טהרה ''אין אזווי זיי האבען געהאט אין פלאן צו ערלעדיגן אז מ'זאל אים לייגען אין פאללאק לאט אין ניצן פאר'ן צווייטן שעיר לעזזאל צו לייגען מאחורי הגדר אין א פארקינג לאט'' האט ער דאס מאל נישט גערופן ר' שלמה  כדי זיי זאלען קענען אויספירן זייערע פלענער ר''ל,
אבער ווי די זאלי'ס האבען געזעהן אז  די משפחה עקש'נט זיך, אין וויל דווקא לייגען זייער פאטער - לויט זיין באפעל, אינעם ביה''ח אינאיינעם מיט רבותיה''ק ז''ל וכו' האבען זיי איבערגעלאזט די נפטר, ווי שוין באקאנט.

ווען די משפחה האט געזעהן מיט וועם זיי האבען צו טוהן, זענען זיי געגאנגען זיכען ר' שלמה, 
אין זיי האבען אים געטראפען ביים טיש פין רבינו שליט''א {מפי  השמיעה} ר''ה ביינאכט אין ביהמ''ד,
ר' שלמה האט דאן געלאזט רופן אלע ח''ק ווי אויך געלאזט רופן פעלדמאן - ווי אייביג
(ס'קען זיין אז ר' שלמה האט נישט געוויסט אז  זיי זענען שוין דארט געווען, אין ס'קען זיין אז ער האט יא געוויסט אין ער האט זיי  געוואלט רופן ווי אייביג פאר מ'מאכט א טהרה, נישט קוקענדיג וואס זיי האבען דא געוואלט טוהן),
ער איז  אבער געווארען ערשטוינט ווען פעלדמאן האט אפגענטפרט אז ער קען יעצט גארנישט טוהן, האט ער דאן געשיקט א שליח צו א אנדערע מיטגלידער פין זייער ח''ק (כ'מיין אז ר' יענקל שטערן) האט ער געהאט א צווייטע ת' אא''וו,
ווי נאר מ'האט געזעהן אז זיי ווילן נישט קומען האט מען געמאכט די  טהרה  אן זיי - צום ערשטן מאל.

יעצט קען יעדער זאגען צילייגען זיי אייגענע הסברים אין סברות.

צו ס'וועט ווערן יעצט עמטליך ציטיילט? ווענד זיך אין זיי!

yosefelye » 23/9/2009 00:56

מפי השמועה:
איך האב גיהערט אז היינט זענען ארויף געקומען 4 עלטערע אידן זאליס (דריי זענען אליין גיקימען אין איינער דורך א שליח) און זיך פארעכנט מיט קהל זייער באלאנס, זיי האבן געזאגט אז ר' יעקל'ס באצאלן פאר די אהרונים און פארלאנג אז דווקא נאר ר' שלמה שמש זאל זיך מיט עהם מטפל זיין האט זיי באוואויגן ארויף צו קימען זיך פארעכענען,

דעקלעראציע » 23/9/2009 01:34

דאס מעשי רציחה איז געטאן אין א צייט ווען ס'איז ספרי חיים אין ספרי מתים אויפן

א פחד.

YESWECAN3 » 23/9/2009 01:37

פארשטיי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט ווען איז דא צוויי חברה קדושא'ס? עס איז דא איין חברה קדושא וואס באשטייט, פון

הלל דוב גאנץ
ישראל דוד וויינבערגער
אברהם יושע ווייס
שלמה וואלף שעהנפעלד
עקיבא הירש
אייזיק הערש בערקאוויטש
משה חיים קרויס
יעקב שטערן
זלמן לייב פעלדמאן

וואס זיי מאכען די טהרה, ביי יעדען סאטמארע אומגליק'ספאל, זיי מאכען נישט קיין חילוק וואס דער נפטר איז געווען, ניין? אזוי איז אלעמאהל געווען, עפעס האט זיך געטוישט?
 
האסט פארגעסען פין ר' שלמה שמש?....

YESWECAN3 » 23/9/2009 01:48

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לפי ידעתי:
די חברה קדישא איז געווען די איינציגסטע זאך אין סאטמאר וואס איז נישט געווען ציטיילט ביז היינט - אדאנק דעם איש נכבד הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, ביי יעדע לוי' פלעגט ער רופן ''יעדן איינעם'' זאל אנטיילנעמן אין די טהרה.
די חברה קדישא פלעגט באשטיין פין מער ווייניגער די פאלגענדע אנשים חשובים:
ר' שלמה וועצב''ג - משמש
ר' הלל דוב גאנץ
ר' ישראל דוד וויינבערגער 
ר' אברהם יושע ווייס
ר' שלמה וואלף שעהנפעלד
ר' עקיבא הירש
ר' אייזיק הערש בערקאוויטש
ר' משה חיים קרויס
ר' יעקב שטערן
געווען... היינט האט מען זיך שוין ציטיילייט סאיז דא 2 חברה קדישא סאיז דא 2 בית החיים, ענקער ספין וועט ענק קיין סך נישט העלפען, א יעדער פארשטייט אז טאמער דער ניפטר ליגט ביי ענק ליגט אויף ענק די פליכט זיך מטפל צי זיין מיטן ניפטר, יא יא איך פארשטיי ענק שעמען זיך נאך אלץ מיטן שטינק וואס ענק האבען זיך באשטינקען ביי די פערעלשטיין פרשה..ממילא פראבירען ענק צי פארקאכען א קאשע...נייס טריי..א יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז טאמער דער ניפטר ליגט ביי ענק איז עס א פראבלעם פאר די זאליס חברה קדישא פינקט ווי סאיז א פראבלעם פאר די פאפא אין די בעלז חברה קדישא..

YESWECAN3 » 23/9/2009 01:55

yosefelye כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מפי השמועה:
איך האב גיהערט אז היינט זענען ארויף געקומען 4 עלטערע אידן זאליס (דריי זענען אליין גיקימען אין איינער דורך א שליח) און זיך פארעכנט מיט קהל זייער באלאנס, זיי האבן געזאגט אז ר' יעקל'ס באצאלן פאר די אהרונים און פארלאנג אז דווקא נאר ר' שלמה שמש זאל זיך מיט עהם מטפל זיין האט זיי באוואויגן ארויף צו קימען זיך פארעכענען,

כא..כא..כא..אינטרעסאנט ווען ר' שלמה איז געווען ביי אונז זענען נישט געווען קיין ארונים וואס זענען אריבער געקימען צי אונז..ווייל זיי האבען געוואלט אז נאר... ר' שלמה זאל זיך מיט זיי מטפל זיין, אבער יעצט ווייל ר' שלמה איז ביי ענק הייבען די זאליס אן אריבער צי גיין צי ענק אין די מאסען..

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 23/09/2009 2:14:16

בלעקבערי » 23/9/2009 09:41

דער זלמן לייב פעלדמאן איז, דעד אן ארייוול, א אמוויסנדער שמש.  

rebyankel » 23/9/2009 21:28

YESWECAN3 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לפי ידעתי:
די חברה קדישא איז געווען די איינציגסטע זאך אין סאטמאר וואס איז נישט געווען ציטיילט ביז היינט - אדאנק דעם איש נכבד הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, ביי יעדע לוי' פלעגט ער רופן ''יעדן איינעם'' זאל אנטיילנעמן אין די טהרה.
געווען... היינט האט מען זיך שוין ציטיילייט סאיז דא 2 חברה קדישא סאיז דא 2 בית החיים, ענקער ספין וועט ענק קיין סך נישט העלפען, א יעדער פארשטייט אז טאמער דער ניפטר ליגט ביי ענק ליגט אויף ענק די פליכט זיך מטפל צי זיין מיטן ניפטר, יא יא איך פארשטיי ענק שעמען זיך נאך אלץ מיטן שטינק וואס ענק האבען זיך באשטינקען ביי די פערעלשטיין פרשה..ממילא פראבירען ענק צי פארקאכען א קאשע...נייס טריי..א יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז טאמער דער ניפטר ליגט ביי ענק איז עס א פראבלעם פאר די זאליס חברה קדישא פינקט ווי סאיז א פראבלעם פאר די פאפא אין די בעלז חברה קדישא..

לוי יהא אז ס'דא 2 בתי חיים (הלוואי! דערווייל איז  גרויסע צרות, ר' יעקל יוכיח}, פארוואס האבען ענק איבערגעלאזט ר' יעקל כדומם אין טשאפעל?
דאס הייסט א אחריות אויף א מעמבער?

יא יא איך פארשטיי ענק שעמען זיך נאך אלץ מיטן שטינק וואס ענק האבען זיך באשטינקען ביי די פערעלשטיין פרשה
פין וועלכע שטינק רעדסטו?
פין מסירת נפש קעגן דין תורה, בשעה שמיתו מוטל לפניו נאך אזא ביטערע טראגעדיע נאך אין ר''ח אלול, אין א צייט וואס קהל האט לפנים משורת הדין געווען גרייט אים אריינצולאזען אין ביה''ח????

rebyankel » 23/9/2009 23:55

YESWECAN3 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב גיהערט אז היינט זענען ארויף געקומען 4 עלטערע אידן זאליס (דריי זענען אליין גיקימען אין איינער דורך א שליח) און זיך פארעכנט מיט קהל זייער באלאנס, זיי האבן געזאגט אז ר' יעקל'ס באצאלן פאר די אהרונים און פארלאנג אז דווקא נאר ר' שלמה שמש זאל זיך מיט עהם מטפל זיין האט זיי באוואויגן ארויף צו קימען זיך פארעכענען,

כא..כא..כא..אינטרעסאנט ווען ר' שלמה איז געווען ביי אונז זענען נישט געווען קיין ארונים וואס זענען אריבער געקימען צי אונז..ווייל זיי האבען געוואלט אז נאר... ר' שלמה זאל זיך מיט זיי מטפל זיין, אבער יעצט ווייל ר' שלמה איז ביי ענק הייבען די זאליס אן אריבער צי גיין צי ענק אין די מאסען..

חכם דו!
ווייל אפי' ווען ר' שלמה איז  נאך געווען פלעגט ער זינגען ביי רוב פין אינזערע חופות אין ער פלגעט מאכען די טהרה ביי די בר מינן פין אנ''ש, מיר האבען אייביג געווסיט אז ר' שלמה איז א ערליכער מענטש, אין ס'קען נישט זיין אז אזא יוד זאל אפי' זיין באמת א זאלי'ס, אין ר' יואל קויפמאן פלעגט אים רופן צו יעדע לוי.

אבער דא זעהט מען ווי ר' יעקל {וואס ענק טענה'ן אז  ער נישט געווען קיין ארויני} האט קלאר געבעטן אז ער וויל דווקא ר' שלמה זאל מאכען די טהרה אויף אים (געהערט נעכטן בשם זיין ברידער הרה''ח הישיש ר' לייבוש שווארץ), אין דאס ווערט נאכגעפאלט ביי צענדליגע יודן..... אפי'  זיי באלאנגען נישט ביי אינז!

יש''כ, פאר'ן פארשיקען ר' שלמה, א הערליכען דאנק.