א כתיבה וחתימה טובה
א כתיבה וחתימה טובה
איך האב הנאה אז זיי זענען מודה אז זיי זענען בעלי עבירה
אין דער איד פאר ראש השנה איז איין שטיק גרויל אין עקל ס'איז נישט מער ווי א א שטיק פין זייער פאליטיק אין בלויף
זיי דארפן פארמאכן זייערע מוסדות אין זייערע ישבות ווייל אלעס ביי זיי טראגט איין פנים
אלעס איז אויף געשטעלט לקנטר גארנישט אויף צי טיען פאר יודישקייט.
עס איז א מחיה צו צוזען וואו דער עולם ווערט בארירט מיט אמת'ע הרהורי תשיבה, אשריכם ישראל,
דער הייליגער חזון איש האט אמאל ערב יו''כ גערעד זייער שארף אויף איינער פון די גרויסע ציוניסטישע פירער, האט מיט אים געפרעגעט היתכן? ערב יו''כ? האט ער געזאגט אויף איינעם וועם מען מיז רעדען, מיז מען רעדן אפי' ערב יו''כ! און אויף איינעפ אויף וועם מען טאר נישט רעדען טאר מען נישט רעדען א גאנץ יאר אויך נישט,
כלפי מה דברים אמורים?
און די לעצטע 10 יאר איז אויף געשטאנען א כת, ליצים, רשעים, גנבים, וואס האבן גענימען פאר זיך איין ציהל, לוחם צו זיין מיט כ''ק רבינו שליט''א, מיט יעדע מיטל וואס איז נאר און זייער דיספאציע, לאו דווקא כשר'ע,
אלעס מיטען ציהל: נישט איך נישט דו!
זיי דערשרעקן זיך נישט פון סליחות, זיי דערשרעקען זיך נישט פון ר''ה, ערב יו''כ, יו''כ, גארנישט!
איין זאך וואס זיי האבן מורא איז, ווען מען שמיעסט אויס זייער שייגעץ שטיק, דא אויפן פארק, און מען איז מגלה זייער געמיינע מעשים,
דעריבער, אויב גייען זיי אן מיט זייערע שטיק, (עיין ערך דער יוד ער''ה, ערך ר' יענקל שווארטץ ע''ה) דארף מען ווייטער אנגיין מיט מיט מגלה זיין זייער ''מעשים טובים''
פארשטיי, ס'ברענט מיר פשוט די הויט צו קרעקטירן דיין מעשה מיטן חזון איש, וויזוי איך האב עס געהערט דעם כ"א כסלו, ביים סאטמארען דינער פון ר' אליקים שלעזינגער,
דער חזון איש פרעגט דעם איד: האסט געדאווענט מנחה? ענטפערט ער, יא, פרעגט ווייטער דער חזון איש, האסט געזאגט די ברכה פון ולמלשינים, זאגט דער איד, אוואדי, פרעגט דער חזון איש "ערב יו"כ ולמלשינים?!"
היידפארק איז נאך א וועג פון קאמוניקירן איינער מיט'ן אנדערן, הערן און שרייבן נייעס. אויב ווערט עס געניצט צום שלעכטן, איז דאס נישט גוט א גאנץ יאר. אויב נישט, איז דאס דאך נישט קיין פראבלעם.
דער אמת איז נאר, אז איינע פון די הויפט בענעפיטן פון הייד פארק איז , אומדירעקט, אז מענטשן זאלן קומען דא אנשטאט גיין ערגעץ אנדערש אויפ'ן אינטערנעט. זאל מען כאטש דא פארברענגען און נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער... ממילא, דער טעם איז דאך אויך שייך אין די עשרת ימי תשובה. ווייל נאך אלעם איז שווער צו גלייבן אז אויב זאל הייד פארק זיין פארמאכט וועט דאס איינעם ברענגען צו פארמאכן דעם אינטערנעט אין די צייט. דעריבער איז בעסער אזוי, נאר למעשה דארף מען זיין נאך מער ערליך אין די יעצטיגע טעג, דעריבער אויב מעגליך זאל מען טאקע שרייבן מער בכבוד, ווייניגער שטעכעריש אין די יעצטיגע טעג.
א גמר חתימה טובה פאר אלע חשוב'ע חברי הפורום.