9 קרישקעלעך איבער די נעכטיגע וואלן.
1) עס איז נעכטן נאכמאל זייער קלאר געשטעלט געווארן אז משה דוד לאפעז פארטרעט נאר אפשר האלב ווילי, וואס אין די האלב געפינען זיך רוב קהלות פון ווילי צוזאמען מיט די זאליס.
סטיוו לעווין האט געהאט אין ווילי נעכטן
3106 שטימען, אין די
3106 ליגט, אן ערך פון 12-1400 ספאנישע, און די איבריגע איז צוטיילט צווישען זאליס, פאפא, וויען, שאפראן, נייטרא, תשב"ר, צעהלים, שונאי סאטמאר, וכו'.
די אלע מוסדות האבן געשטיצט סטיוו לעווין, און זיי האבן אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער אז מען זאל שטימען נאר פאר סטיוו לעווין, אויך אין זייערע בתי מדרשים האבן זיי געלאזט הענגען צעטלעך נאר פאר סטיוו לעווין, מען האט יעדעם פון די מוסדות געבעטן אז זיי זאלן לאזן אהיים שיקן צעטלעך אויך פאר ר' אברהם יצחק, אבער זיי האבן נישט געלאזט בשו"א, (פארשטייט זיך אז רוב עלטערן שטימען פארן צעטיל וואס די קינד ברענגט אהיים פונעם מוסד), פארוואס איז דאס?
ווייל די אלע ראשי קהלות ווי ישעי' שווארץ, יוסי וועבער, פראמאוויטש, מענצער, גאלדבערגער, בצלאל כהנא, זענען עבדים און שותפים צו משה דוד נידערמאן, וואס איז אן עבד פאר וויטא לאפעז, פארוואס?
יעדער מיט זיין פעקל למשל, פאפא וויל אז נידערמאן זאל זיי געבן ווי מער געלט פון די דייטשע רעגירונג, מענצער און גאלדבערגער פילן זיך אן די טאשן פון די רעגירונג, וויען וויל אז משה דוד זאל זיי העלפן מאכן ווי מער געלט אין אשל אברהם. שאפראן, צעהלים, טוען דאס אן געלט... זיי זענען סתם וויסטע דם שונאים פאר סאטמאר...
זיי האבן זייערע קהלות און מוסדת אין דער ערד, און זייערע אייגענע מענטשען, מעמבערס וכו', האבן זיי אויך אין דער ערד, דער עיקר איז אז זיי פרעזנדליך זאלן זיך אנפילן די טאשן, און משה דוד זאל זיי העלפן מיט ווי מער.
און דאס איז די איינע סיבה פון ווי עס נעמט זיך די רשעות און אכזריות, אז א איד ווי ר' אברהם יצחק אברהאם וואס ארבעט שוין יארן מיט מסירת נפש פאר ווילי, לויפט פאר סיטי קאנסיל, אנשטאט שטיצן א איד,
טוט מען גאר פארקערט און מען באשמיצט אים, מען טרינקט אים דאס בלוט!!
2) פון די אנדערע זייט זענען די אהרונים סאטמאר געשטאנען כמעט איינער אליינס, און האבן אנגעצויגען
1937 שטימען כולו קודש, אן קיין שטימען פון קיין זאליס, גוים, ספאנישע, שאפראן, לאפעז וכו', וואס איז גאר א מעכטיגע שטארקע נומבער, נאך דערצו וואס זיי האבן קום מיט א יאר צוריק זיך אנגעהויבען צו ארגאנעזירען פאליטיש.
3) ווען עס לויפן ווען צוויי קאנדידאטן אידן נאר אין ווילי איינס קעגן די אנדערע, און די ספאנישע האבן איין אייגן מענטש, וואלט משה דוד'ס קאנדידאט פארלוירען!!
4) יעצט ווען מען האלט שוין נאכדעם, איז כדאי נאכמאל ארויס ברענגען די רשעות און אכזריות וואס די זאליס מיט משה דוד לאפעז האבן געטאן.
דא איז געשטאנען א איד ווי ר' אברהם יצחק אברהאם, וואס איז נישט קיין אהרוני, ער דאווענט יעדען טאג אין קליימער, שבת אין ברך משה דזענטא, ער שטיצט 82, ער האט א קלינעם רעדארד, ער העלפט שוין ווילי 36 יאר, ער איז זיך מוסר נפש פאר יעדען איד אין ווילי וכו'.
קומט משה דוד לאפעז און זאגט ניין, מען גייט נישט שטימען פאר אברהאם, פארוואס?
ווייל וויטא לאפעז דער רשע ושונא ישראל איז בעל הבית!! וויטא לאפעז איז בעל הבית אין ווילי!!! וויטא לאפעז איז בעל הבית אויף UJO !!! אין ער זאגט פאר משה דוד אז ער מיז שטיצן זיין מענטש סטיוו לעווין, און נישט דעם איד ר' אברהם יצחק.
משה דוד איז גלייך מקבל וואס זיין בעל הבית וויטא לאפעז זאגט, און אינדארסירט סטיוו לעווין. און בלייבט נישט ביי דעם, נאר ער נעמט זיך צו אברהאם און פארגיסט זיין בלוט, ער באשמיצט אים מיט לעכערליכע שטותים און נערישקייטן, און טראץ די אלע שמוץ, האט ער נישט געקענט אויפווייזען קיין 1 זאך פארוואס אברהאם איז נישט גוט פאר ווילי, אדער עכ"פ פארוואס איז סטיוו לעווין בעסער פאר ווילי ווי אברהאם.
5) איין זאך וואס משה דוד לאפעז האט ארום געזינגען, אז עס איז בעסער צו האבן איינעם אין סיטי קאנסיל וואס איז נישט משלנו (לייען: א פרייער איד..), ווי איינער וואס איז א חסידישער איד ווי ר' אברהם יצחק, אשר ע"כ האלט איך אז אזוי ווי דאס איז משה דוד לאפעס מיינונג, דארף ער ריזיינען פון ujo, און אריינשטעלן א גוי זאל עס פירן...
אדער אפשר איז משה דוד לאפעז אויך א פרייער איד... צו איז ער א ספאנישער...
6) נאך א זאך וואס משה דוד לאפעז האט ארום געזינגען אז ר' אברהם יצחק אברהאם קען נישט געווינען...! ממילא זאל מען נישט שטימען פאר אים, עס איז ארויס געווארפענע שטימעס...
ר' אברהם יצחק פון די אנדערע זייט האט געשריגען אז טאמער אלע אידן פון ווילי שטימען פאר אים, געווינט ער גאר שטארק, ווי ער האט געשריבען אז מיט 4500 שטימען איז ער א זיכערער געווינער.
איצט שטעלט זיך ארויס אז משה דוד לאפעז איז א שקרן! ר' אברהם יצחק וואלט ווען געקענט געווינען גאר שטארק, טאמער משה דוד לאפעז און די אנדערע קהלות וואלטן אים אינדארסירט, ר' אברהם יצחק וואלט ווען געהאט בערך 4000 שטימען און לעווין וואלט געהאט בערך 3 טויזענט שטימען.
און וויליאמסבורג וואלט ווען געהאט ר' אברהם יצחק אברהאם אין סיטי קאנסיל.
7) נאך אזאך, עס מאכט זיך זעלטן אזא געלגענהייט ווי היי יאר, ווייל היי יאר איז די זיץ געווען ליידיג, ממילא איז נישט שייך געווען צו שרייען הכרת הטוב פארן ביז איצטיגען קאנסיל מאן, וואלט מען געקענט רוהיג אינדארסירן ר' אברהם יצחק.
8) וואס איז די אפטייטש פון א זאלי, דאס האט מען קלאר נעכטן נאכמאהל געזעהן. א רשע און א שלעכטער מענטש...! דאס איז די אפטייטש פון א זאלי, דאס וואס עטץ האטס געטאן מיט ר' אברהם יצחק אברהאם ני"ו על לא דבר, נאר סתם פאר רשעות.
9) צום לעצט אן אויסרוף צו משה דוד לאפעז און אלע זאליס, און די אלע וואס אראפ געדריקט דעם
"רציחה קנעפל" און געשטימט פאר סטיוו לעווין, קעגן ר' אברהם יצחק:
ראש השנה איז דא, איר דארפט אלע גיין איבערבעטן ר' אברהם יצחק אברהאם ני"ו, מיט אייער דריק אפען "רציחה קנעפל" האט איר זיין בלוט פארגאסען על לא דבר, ער האט אייך גארנישט וויי געטאן, נאר איר זיין בלוט פארגאסען מיט אכזריות!!!
יום כיפור איז נישט מכפר אויף א זינד בין אדם לחבירו, די זינד וואס איר האט געטאן קעגן ר' אברהם יצחק אברהאם מיטן גיין שטימען קעגן אים און אים טרינקען דאס בלוט, איז אזוי הארב אז אפילו יום כיפור איז נישט מכפר, ביז ווילאנג איר גייט אים איבער בעטן.
לא חרבה ירושלים אלא על שנאת חינם, די אלע אידן האבן ליידער געהאט א חלק אין דעם איצט אפאר טאג פאר ראש השנה!
איבער דעם וואס די אידן האבן געשטיצט אזא שמוץ קאנדידאט און געטראטען בשאט ובנפש אפען איסור פון רבנים הצדיקים זי"ע אויף דעם קען זיי אפשר יום כיפור מכפר זייין אז זיי וועלן אמת'דיג תשובה טאן.
א כתיבה וחתימה טובה!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/09/2009 0:32:40