היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קריטישע פריימעריס אין מאנסי/ספרינג וואלי: 2 חרדישע קאנדידאטן...

קריטישע פריימעריס אין מאנסי/ספרינג וואלי: 2 חרדישע קאנדידאטן...

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2688189

Ziskeit » 15/9/2009 19:27

קריטישע פריימעריס אין מאנסי/ספרינג וואלי: 2 חרדישע קאנדידאטן אויפ'ן טיקעט
אין מאנסי/ספרינג וואלי געגנט קומען היינט פאר גאר קריטישע וואלן.

דער אוהב ישראל, טאון סופערווייזאר קריסטאפער לאורענס פארמעסט זיך פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע מיט א סעלף העיטינג דזשו ברוס לעווין.

סט. לאורענס לויפט אויך פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע, וואו ער פארמעסט זיך מיט אן אנטיסעמיט וואס וואוינט אין מאנסי, נעבן די סאטמארער שול, און טיילט אויס צרות פאר זיינע אידישע שכנים.

אויך לויפן צוויי היימישע קאנדידאטן וואס זענען אינדארסירט געווארן דורך אלע קהלות:
איצי אולמאן לויפט פאר טאון באורד מעמבער
יוסף הערש גראס לויפט פאר ווילידזש טראסטי פון ספרינג וואלי

אלע אידישע איינוואוינער פון רעמעפא ווערן געבעטן ארויסצוקומען און שטימען פאר סט. לאורענס און איצי אולמאן.
און די וואס וואוינען אין ספרינג וואלי ווערן געבעטן אויך צו וואוטן פאר יוסף הערש גראס.

אז מען וועט האבן היימישע אידן אין די לאקעל גאווערמענטס וועט מען קענען סאך מער אויפטאן פאר'ן היימישן עולם.

rebyankel » 15/9/2009 21:30

ווער איז דער יוסף הערש גראס?
כ'געדענק דעם נאמען, כ'מיין ער איז א סאטמערער, קען זיין?

ארגינעלער » 15/9/2009 22:45

נפתלי (טולי) גראסנס זין

א צדיק פין א יונגרמאן אלמעאל גרייט צי העלפען אנדערע יודן
נישט קיקנדיג אויף פארטיי

rebyankel » 16/9/2009 00:25

עס איז זעלטן צו טרעפן א עסקן וואס זאל קוקען אויף פארטיי ווען עס קומט צו עסקנות צו העלפן איד

אבער אין וומ''ס האט מען עס יא געטראפען, אין וועגן דעם איז  וומ''ס היינט - געציילטע טאג פאר ר''ה א שלאכט פעלד.

זאל דער א''ג עסקן זיך שעמען,

Ziskeit » 16/9/2009 02:42

לינק מיטצוהאלטן וואל אויסגאנג אין ראמאפא.

http://www.co.rockland.ny.us/BOE/notice.htm

elmonsey » 16/9/2009 04:23

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז דער יוסף הערש גראס?
כ'געדענק דעם נאמען, כ'מיין ער איז א סאטמערער, קען זיין?


ער איז א סאטמערער אין באמת א צדיק פין א מענטש עס טיט אים מוראדיג ווי וואס עס גייט פאר אין שפרינג וואלי אין איך האלט ער גייט עס געווינען ביג טיים

Ziskeit » 16/9/2009 04:37

דערווייל דארפן אולמאן און גראס גרויס רחמי שמים.

אבער ווייניגער פון האלב פון די וואוטס זענען אפגעציילט געווארן.

Ziskeit » 16/9/2009 04:49

גראס האט זיך ארויפגערוקט.

Ziskeit » 16/9/2009 04:54

שרעקליך. סט. לאורענס איז אויף צרות. מיט 84 פראצענט פון די וואוטס אפגעציילט איז ער אונטערשטעליג, 3,271 קעגן 3,881.

Ziskeit » 16/9/2009 05:28

אומגלויבליך!

א דראסטישע שינוי לטובה:

אלע היימישע קאנדידאטן זענען פאראויס:

סט. לאורענס
יצחק אולמאן
און יוסף הערש גראס.

בערל550 » 16/9/2009 05:32

WOW!!!!

זיסקייט כ'גלייב נישט וואס איך זעה.....

לאורענס רוקט זיך ארויף!!!!!

Ziskeit » 16/9/2009 05:49

אלע אינדארסירטע קאנדידאטן האבן געוואונען ב"ה

סט. לאורענס האט געוואונען סיי די רעפובליקען און סיי די דעמאקראטישע פריימערי, אזוי אז ער שפארט זיך איין העדעקס אין די דזשענערעל עלעקשאנס.

איצי אולמאן האט געוואונען טאון באורד
יוסף הערש גראס האט געוואונען ווילידזש אוו ספרינג וואלי

Ziskeit » 16/9/2009 07:03

יוסף הערש גראס איז שוין פארזיכערט מיט זיין בענקל, ער לויפט אויך אלס רעפובליקען, און האט נישט קיין איין קעגנער.

אבער סט. לאורענס גייט נאך האבן א שווערן פארמעסט אין נאוועמבער ווייל דער סעלף העיטינג איד ברוס לעווין לויפט אויף די פרעזערוו רעמעפא טיקעט.

סט. לאורענס האט טאקע ביידע מעידזשאר פארטייען, די רעפובליקאנער און די דעמאקראטן, אבער ער וועט נאך דארפן פייטן פאר זיין בענקל.

elmonsey » 16/9/2009 17:37

זיסקייט איך ווייס נישט צי ער דארף שטארק פייטן אין איך האלט אז ברוס וועט עס נישט מאכן סייווי(אפילו אויב איך וואוט פאר אים)