מ'האט באשמירט גאסן קעגן ר' אברהם יצחק'ן, אלעס פאר דעם איינעם חטא פון לויפן קעגן דעם פרא תועבה קאנדידאט לעווין.
און פאר דעם קומט אים סקילה, שריפה הרג און חנק.
די טעראר מאשין האט אנגעהויבן אויסשפייען ווילדע אויסברוכן קעגן אבראהאם, אויף אזא מאסשטאב וואס רופט אויס פאראיבל און אפשיי ביי יעדן רעכט דענקיגן מענטש - און אזוי ווילן זיי אז מענטשן זאלן זיי טראסטן.
דאס איז אין צוגאב צו די אנדערע שמוציגע, גוי'אישע און מיואש'יגע טאקטיקן וואס זיי האבן אונטערגענומען קעגן ר' אברהם יצחק'ן.
היינט איז וויליאמסבורג באהאנגען געווארן מיט ריזיגע מעכטיגע פאוסטערס וועלכע שרייען:
ר' אברהם יצחק אבראהאם שטיצט תועבה !
ר' אברהם יצחק אבראהאם וויל חרוב מאכן וויליאמסבורג !
ר' אברהם יצחק אברהם האט קיינמאל גארנישט געטאן !
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס בלוט פארגיסונג פון ר' אברהם יצחק'ן דארף א באלדיגן ענטפער !
דינסטאג אין די וואל בודקעס.