היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 09/09/09 09:09

09/09/09 09:09

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2685032

מנחם_מענדל » 9/9/2009 16:51


הרב 'גוגל' דערציילט היינט (אונטערן גוגל לאגא) איבער א געוואלדיגע דערגרייכונג.

09/09/09 09:09

איינמאל איז עס שוין פאראיבער (היינט אינדערפרי), די צווייטע מאל וועט זיין אום PM

דאס פאסירט - ווי פארשטענדליך - 1 מאל א יאר.

תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 09/09/2009 16:54:38

13Hooper » 9/9/2009 19:03

מען קען צילייגען נאך א 09 פאר די סעקונדעס
אין עס פאסירט 2 מאל א יעדע יאר ביז יאר 2012 אין אויב מען רעכענט די זייגער אזוי ווי אין יוראפע 24 שעה דען וועט דאס זיין ביז יאר 2024

שאלה
וויאזוי קען זיין אז אין יאר 2016 וועט נישט זיין א שבת חנוכה
הערה
דאס איז נישט א טריק נאר איך בין נישט זיכער אז דאס געפאלט אין 2016 אדער עס געשעהט ארום 2 מאהל אין 100 יאר

guar » 9/9/2009 19:11

מר. 13 הופפער אנשולדיג , אבער עס איז נישט דא אזא זאך ווי חנוכה אן א שבת חנוכה, ווייל חנוכה איז 8 טעג איז בעל כרחך דא א שבת אויך..

ווערץ » 9/9/2009 19:34

חכם די....

מ'איז מעבר דעם מיטוואך...

13Hooper » 9/9/2009 19:39

איך זאג דיר אויף זיכער אז עס קען יא זיין גלייב מיר    איך וועל נאכקיקען שפעטער
וועלכע יאר דאס איז
איך פארשטיי דיין קשיא וויאזוי עס קען זיין  TIP     זיי מדקדק אין מיינע ווערטער
איך ווידערהאל אז עס איז נישט קיין טריק

Ziskeit » 9/9/2009 19:41

גואר, דו מאכסט זיך משוגע אדער דו מיינסט אמת'דיג אז 13 הופער האט געמיינט אז ס'קען אויסקומען א חנוכה אן א שבת חנוכה.

13 הופער כ'האב געטשעקט דעם קעלענדער פון יאר 2016. ס'האט גראדע יא א שבת חנוכה. איראניש איז אז ס'געפאלט אויס דאס לעצטע טאג, דעצעמבער 31.

יענקעלע11 » 9/9/2009 19:56

אני הקטן האב געשטעלט 13HOOPER על חזקתו,
און האב פארשטאנען אז ער זאגט עפעס איז יש דברים בגו,
אלזא רבותי ער איז גערעכט, אבער נישט מיטן יאר,
2016 האט יא א שבת חנוכה וואס געפאלט DECEMBER 31
אבער יאר 2043 גייט טאקע נישט האבן קיין שבת חנוכה,
ווייל שבת חנוכה יאר תת''ג איז DECEMBER 13 יאר 2042
און אין יאר תת''ד איז שבת חנוכה JANUARY 2 יאר 2044
אלזא קומט אויס אז יאר 2043 האט טאקע נישט קיין שבת חנוכה,
13HOOPER פארפאלן ס'איז א גוטס... 



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 09/09/2009 19:53:30

סקאטמאלען » 9/9/2009 20:10

איין טעות האט 13HOOPER  יא געמאכט, ער זאגט אז אויב מ'רעכנט דעם זייגער אויף 24 שעה דאן וועט זיין דער מאדנער דאטום ביז 2024.

WRONG!!!

אויף קיין שום פאל איז נישטא מער ווי 12 חדשים אין א יאר.

allgood1s » 9/9/2009 20:17

עם איי מיסינג סאמטינג?

לויט ווי איך זעה איז איינמאל אדער צוויי מאל מיט am pmאין 100 יאר

09/09/09 09:09:09

חוץ אויב מנעמט אראפ די יאר (וואס דאס יאר איז עס 09')

סקאטמאלען » 9/9/2009 20:20

ווער זאגט אז נישט

allgood1s » 9/9/2009 20:24

מנחם מענדל און 13 האפער זאגען עס איז א יעדע יאר, און האפער לייגט נאך צו אז נאר ביז יאר 2012

סקאטמאלען » 9/9/2009 20:47

ער מיינט צו זאגט דער קאנצעפט פון די זעלבע נומער פאר חודש/טאג/יאר שעה:מינוט:סקונדע, נישט דוקא 09,

allgood1s » 9/9/2009 20:55

ישר כח... זעיט אויס איך בין אן אנגערישער...

13Hooper » 10/9/2009 00:24

יענקעלע ישר כוחך אין די בלייבסט אויך אויף דיין חזקה אז די ביסט שארף אין גיט
סקאטמאלען ביזט גערעכט