נעקסטע וואך זינטאג א' סליחות די וואך פין ראש השנה מאכן די זאליס א גענראל פארזאמלנוג
בנוגע דעם בית החיים ( איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין דעם פאקט אז די וואך פין ר"ה מאכט מען מחלוקת )
אין נארמאלע אומשטענדען ווען די זאליס מאכן א גענראל פארזאמלנוג אין נישט קיין ספק אז שאול פערלשטיין
אין ראש המדברים בי די זאליס.
1) ער איז א שקרן איינס אין דער וועלט.
2) ער געט דראגס פאר די זאליס ווען זיי זענען צי שאסן
למעשה אבער יעצט אין די אומשטענדן האלט ער נאך א שרעקליכע טראגעדיע זיין זון איז אוועק ל"ע
וואס האלט דער עולם וועט שאול זיך אויף שטעלן רעדן ווי אייביג אין ער וועט זיך אויס לאכן
אדער זיין משפחה וועט אים נישט דאס מאל לאזן רעדן.
כ'גלייב אז נאך אלעם האט ער אין זיך בלוט אין פלייש, אין האט שוין געהאט גענוג צייט אריינצוטראכטן אויף זיין עבר ספציעל וואס ער האט געטוהן ר''ח אלול, אין ס'שווער צו גלייבן אז ער איז ''געבליבן ביים אלטן''
אבער דארט איז ב''ה דא א שפע פין בעקער'ס, אין אויב קיינער וועט נישט וועלן רעדן, וועט מען אויפשטעלן מהרז''ל אליין'ס אדער דער וואס האט אים אויפגענומען פאר רבי: דער געוועזענער משתב''ק.
וואס ביידע האבען א גלענצענדע היסטארי מיט זייערע שיינע רעדע'ס,
די צעטליך האבן די זאליס אויס געטיילט ביים פריערדיגען גענראל פארזאמלנוג.
[בילד – נישט אפגעהיט]
א זאלי זאגט מיר אז רש''ל וויינבערגער האט געהייסן אפשטיפן די {לוזער} פארזאמלונג, ווייל א טאג ווי א' סליחות איז נישט קיין פאסיגע צייט פאר אזעלכע זאכען, קען עס איינער קאנפירמן?
לויט וויפיל כ'קען רשל''וו שטייט עס נישט אויס פין אים
דאס איז א פאלטשע צעטל ווייל די פעיפער איז אינגאנצן צוקניישט אבער די ווערטער זענען נישט צוקנייטשט.
| bigsatmar כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | דאס איז א פאלטשע צעטל ווייל די פעיפער איז אינגאנצן צוקניישט אבער די ווערטער זענען נישט צוקנייטשט. |
|
סוי אלעס בלייבט יא ביים אלטען.
ווי איך האב היינט געהערט גייט רז"ל היינט פארלאנגען פון זיין ציבור די נדבה פון $1000 פער משפחה פארן נייעם פאלאק'ס ביה"ח.
קוקט אויס אז ער הייבט שוין אן שפירן וואס דאס מיינט גניבה און אז מ'דארף אליין בויען פון דאסניי.
דאס בעסטע וואס די זאליס קענען טאן פאר ראש השנה איז:
אז שאול פערלשטיין זאל זיך אויפשטעלען און זאגן רבותי, דאס איז די עונש פון זיין מסרבים לדין, אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה, ליגט מען אינדעראויסען ווי א מצורע.
שאול ענדיגט יעצט זיין דרשה
קודם האט גערעדט קלמן ווייס פון קרית יואל
איינער האט מער דעטאלען פונעם זאלי גענעראל פארזאמלונג?
בעיקר פון דער הולך בבג''ץ עזריאל גליק, איך הער אז ער האט מחדש געווען חדושים נפלאים, מעשיות אמיתיות, וואס ער איז אליינס געווען דערביי, דער שר החלומות, אונאיינעם מיטן שר הדמיון, האבן דארט געארבייט האנט ביי האנט,
אפי' די אויפגעקלערטע זאלי'ס די לעפקעס, מיט די יאקאבאוויטשליך, מיט וועם הרב פרוכטבאר איז אזוי שטאלץ, האבן געקיקט אויף די נאגעל די גאנצע צייט וואס ער האט גערעד,
איך האב יעצט גענדיגט הערן די טעיפ פון די וויינען דרשות, איך זאג ענק מיין בענקל ווארפט זיך נאך פון געלעכטער פון די דרשות.
די בעסטע ווארט פון אלע דרשות האב איך געהערט פון לבן פערלשטיין.
אז אויף די נייע פאלאק לאט גייט מען קיינעם נישט אפהאלטן פון שטעלן א טישל כ"ו אב....!
לאכט נישט... נאר דרייט זיך פאר גלעכטער....
איך מיין אז דאס קען זיין די ווארט פון יאר!
נא זעה סזאל דא ווערן ארויף געלייגט זאל איעדער קענען הנאה האבן
לולא לא שמעתי לא האמנתי
די עצם זאך ער ש''פ האט זיך אויפגעשטעלט רעדן, נאך אזא טראגעדיע
די געבעקסן וואס זענען געבאקען געווארען,
ועל כולם די גיטע נייעס אז מ'גייט אויפהערן מיט די רשעות ''פין בעטן געלט פאר א חלקה'' אין יעדער וועט באקומען א חלקה אימזינסט........ אזווי די זיצן אין ראדני.........
האפענדיג אז אזוי וועט זיך פאללאקס לאט אנפילן
ער כאפט אבער נישט אז אין ניו זורסי איז אויך אייביג געווען א חלקה בחינם אין דאך וויל דארט כמעט קיינער נישט ליגען אין יעדער צאלט דעם פרייז פאר א קרקע צו לייגען מיט רבותיה''ק ז''ל
היינט גייען די זאלי'ס מאכען די יערליכע דינער פאר די ישיבה אין קווינס, אין כדי צו איינשפארען די בושות פין די לעצטע יארען ווען ס'האט אויסגעקוקט בערך ווי די טיש אין ראדני פרייטוג צו נאכטס
זאגען זיי פאר די שעפסן אז
''פערלשטיין גייט רעדן''
איך בין נייגעריג, צו יעצט ווער ער יא ציריק ברענגן זיין אלטע שפראך
וואס גייט ער זאגן
אז עכט גייט עס יא זיין אין די נייע ביהמ"ד אזוי ווי פאלאקס לאט ?
ווען איך הער אז ער גייט רעדן ווייס איך אז די ארונים זענען געווינערס ווייל א טרייסט קומט נאר פאר א אבל
אפשר מאכט מען די נייע בית החיים אויפן לאט פון ביהמ"ד ממילא איז דארט שטיל און ליידיג ווי א בית החיים
[בילד – נישט אפגעהיט]
גוט גוט
אבער קען מיר איינער העלפן געסטן וואס גייו יעצט זיין די תירוץ