היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מוסדות רמ"א ביי ר' מנשה אין בונקער

מוסדות רמ"א ביי ר' מנשה אין בונקער

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2684656

ארגינעלער » 9/9/2009 00:32

היינט נאכט קומט פאר די יערליכע מסיבה פאר מוסדות רמ"א לע"נ  הרה"ק ר' משה ארי' פריינד זי"ע
וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן אויס.

ליידער ליידער קומט די מסיבה פאר  ביי א יוד א מחלל שם שמים בפהרסיא
ר' מנשה  איז מתיר ערכאות ווען אימער די זאליס ווילן
ר' מנשה האט געמאכט א עירוב אין ראדני יארן לאנג פאר פוילשע גוים אין יעדער האט מיט דעם געטראגן.
ר' מנשה האט מתיר גיין געווען צי גיין אינעם טמא'נעם ציניסטישן בג"ץ.
ר' מנשה איז דער וואס איז מתיר דעם פריצתדיגן עטרת בלעם זאל מיט ביימלעך.
א מקוה טהרה וואס ער טרעט נישט אריין אזוי גרויס ווי די יאר איז.
א השגחה פאר בוטשער נאר פין מליחה ואילך.
 ער איז א יוד וואס נעמט שוחד א פעריאל דיין.

ס'איז קלאר ווי די טאג א ס'איז א מורא'דיגער צער פאר הרה"ק ר' משה ארי' זי"ע אז ר' מנשה איז דער וואס מאכט א יארצייט נאך אים.

אבער ב"ה ער איז נישט געווארן זיין ממלא מקום ער האט נישט מטמא געווען די עדה החרדית במגא ומשא.


gimpele » 9/9/2009 00:41

מוחה!!!!

ארגינעלער » 9/9/2009 00:42

ר' מנשה לאכט זיך אויס פין דיינע מחאות, ער איז א קל שבקלים.  

בלומבערג » 9/9/2009 00:49

ארגינעלער WELL SAID שפתים יושק

gimpele » 9/9/2009 00:59

איך פלאן נישט צו זיין דער באשעפערס פאליסמאן דא.

איך האב נאר געוואלט ווייזן וואס עס קרענקט מיר פון א פאר שרייבערס און דעם פארום.

אז זיי האלטן אז דער סטיל פון שרייבן איז מוסיף כבוד פאר אונזער קהילה און פאר רבינו שליט"א, גיי איך מיך נישט דינגן מיט זיי.
איך מיט נאך פילע האלטן פארקערט.

דעקלעראציע » 9/9/2009 01:00

דער דיין פין ראסס איז א וואילער יוד פאר זיך, אבער ער איז א דיזעסטער פארן קהל 
ער איז א שוואכלניג, ער האט האט נישט קיין אייגנער דעת
ער וואלט קיינמאל קיין דיין אין סאטמאר נישט געטארט זיין

דעס האט סופרעמסי געשריבן איבער אים.


הגה"צ דומ"צ קהילתינו וומס"ב (ראב"ד) שליט"א

די אמת'ע פאקטן:

א בעל הוראה, ומיראי הוראה, א למדן, א איידעלע איד, א בן גדולים וטובים, א שטארקע איש מכובד ביי אלע גדולי הדור,

 

די בליק ביי די פאלשע רבי ז"ל אידן:

שנות תש"ל: א רעספעקטפולע דיין וואס דינט די אינטרעסן פון די קהילה, פסק'נט שאלות פאר אינגעלייט, און טוט זיין עבודה בנאמנות,

 

משנת תש"מ ואילך: וואס ער האט געטון איז געוועהן געצווינגען ובאונס,

די הכרזה אז דער פלייש איז 100 פראצענט כשר – איז געצווינגען,

די איסור קעגן בני יואל – איז געצווינגען,

די היתר צו גיין אין קאורט קעגן הרבנות הצדיקת וועגן דעם הויז – איז געצווינגען,

די היתר אויפן סקול דיסטריקט – איז געצווינגען,

 

משנת תש"ס: איז יעדע זאך מאהבה ורצון, און נאך שעות ברורי הלכה,

די חתימה איבער קשר בוגדים - מתוך בירור להלכה,

די חתימה איבערן עירוב אויף ראדני אז ס'איז בלויז פאר גוים - מתוך בירור להלכה,

די היתר נישט צו גיין צו די"ת בשנת תשס"א - מתוך בירור להלכה,

די היתר בשנת תשס"ז צו גיין בערכאות אין ב"פ און אויך בבני ברק - מתוך בירור להלכה

gimpele » 9/9/2009 01:05

איך דינג מיך נישט מיט סופרעמעסי אפהאנדלונג פון די רבי ז"ל אידן'ס באציאונג מיט ריח"מ.

איך האלט נאר אז צו שרייבן אויף אזא איד פערזענליך ווי מ'שרייבט דא איז א בזיון פאר אונז נישט פאר אים.

ארגינעלער » 9/9/2009 01:09

א יוד וואס איז מתיר צי גיין אין בג"ץ הייסט נישט קיין תלמוד חכם.
אין די רבי ז"ל וואלט אזא יוד פין זיין הויז ארויס געווארפן, גימפעלע מעגסט אנדערש האלטן די פאקטן טוישן זיך נישט

ער איז א ריכטיגער ירעבם בן נבט ער איז מכשיל יודען יעדן טאג מיט די ארגסטע.

 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 09/09/2009 1:07:20

בלומבערג » 9/9/2009 01:10

rebyankel » 9/9/2009 01:12

מ'שרייבט נישט אזוי, אפי' ס'איז אמת
די ביזט געווארען נאכגעשלעפט פין די זאלי'ס רעדסט זייער סטייל שפראך..

ארגינעלער » 9/9/2009 01:16

אם ראית צרת רבות בא בעולם צא ובדוק בדייני ישראל.

דעס איז געזאגט אויף ר' מנשה מיט אלע באק ציינער, א יוד וואס ווי די ווינט בלאזט אזוי פסק'ט ער
א מחלל שם שמים ברבים ס'איז קלאר ווי די טאג ווען ר' מנשה הייסט ווען גיין די זאליס צי א דין תורה וואלטן זיי געגאנגען.

קיין לשמוע בין אחיכם האט אים ביי אים ווייטער קיינמאל נישט עקזסטירט.
 ס'איז א מצוה אים מבזה צי זיין, אין צי פארציילן זיינע חטאים.

העלד » 9/9/2009 01:16

גימפל דו וויט נישט אז ביי די אהרונים ווערט אלעס געפירט פאזיטיוו?
די זאליס שעלטן אייביג און זענען אומצופרידן און די אהרונים פארקערט??
און דו קומסט דא דרייען א קאפ גיי דיר פון דא
 
דא גייט מען אויפן וועג וואס מען האט געזעהן וויאזוי רבינו הגה''ק פלעגט און די גוטע צייטן (פאר סאטמאר האט זיך ליידער צוטיילט) פירן א מערכהנאר מיט סבלנות און אזוי קומט מען אן

מבקש_האמת » 9/9/2009 01:25

ארגינעלער, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער איך האב פשוט רחמנות אויף דיין ווייב און קינדער.

אפגעזען וואס דו האלטסט פונעם געוועזענעם דיין פון וויליאמסבורג שליט"א, און אפילו טייל פון דיינע טענות זענען הונדערט פראצענט גערעכט, איז ער נאך אלץ א ת"ח משכמו ולמעלה, און חז"ל ווארענען אונז שוין איבער די הארבקייט פון טשעפען מיט זקני ת"ח.

גלייב מיר, די הנאה פון א פראסטן יונגערמאן זיך אויסצוגיסן די פעדער מיט אזעלכע געמיינע אויסדרוקן קעגן איינעם פון די גרעסטע ת"ח בדורינו איז נישט ווערט דאס וואס ס'קען ח"ו ברענגען אויף דיר און דיין נאנטע משפחה, ספעציעל ווען ס'קומט ווייניגער ווי א וואך צו א' סליחות.

גיי בעט אים איבער באצייטנס, און זע דער מנהל זאל אויסמעקן דיין עקלדיגע געשרייבעכץ.

ארגינעלער » 9/9/2009 01:28

זאגסט נאר ווען איז געזאגט געווארן די מצוה פין מוחאה ?

מבקש_האמת » 9/9/2009 01:33

כ'געדענק נישט ביי וועמען די מעשה איז געווען, איינער פון די תלמידי הבעש"ט זי"ע פלעגט רופן יעדן איד "צדיק".

אמאל איז צוגעקומען צו אים א פראסטער גנב און געפרעגט "רבי, איך בין א צדיק", ענטפערט יענער "יא, זיכער", זאגט דער גנב צוריק, "אויב אזוי, דער רבי איז דאך אויך א צדיק, אפשר זענען מיר זיך ביידע משדך אלס צוויי צדיקים?".

האט דער רבי געענטפערט "איך וועל זיך משדך זיין מיט אזוינע צדיקים ווי איך, און דו וועסט זיך משדך זיין מיט אזוינע צדיקים ווי דו".

דו זיי מוחה קעגן אזעלכע צדיקים ווי דו.

צווייטנ'ס, מצות מחאה געט נישט די רעכט פאר א פראסטן יונגערמאן זיך צו עפענען דאס מויל ווי א סוער פייפ קעגן א ריזן ת"ח, אפילו אויב ער איז שוין ליידער אין כלל פון די שברי לוחות.

ארגינעלער » 9/9/2009 01:38

דער היילגער רבי האט אינז אויס געלערנט אז ווען מען זעהט א יוד פארקריכט פינעם דורך השם איז נישט שייך אפצישוינען

גלייב מיר ר' ישראל חיים מנשה איז א סאך מער פראסטער פין מיר
איך האב נאך נישט געשיקט קיין יודען אין ערכאות ער יא
איך האב נאך נישט געשיקט קיין יודען אין בג"ץ ער יא
איך האב נאך נישט מאכיל געווען יודען מיט טריפות ער יא
וכו. וכו.
יעטס זאג די מיר ווער ס'לאכט מער פינעם רבוש"ע .

אזא יוד ווי ר' ישראל חיים מנשה דארף מען אויס שליסן פין כלל ישראל ער איז א פאררעטער.

גאסט » 9/9/2009 01:41

מבקש_האמת, איז דער רבי שליט"א מהר"א נישט קיין תלמיד חכם? איז ביי אים נישטא די זעלבע זאך וואס די זאגסט וועגן ר' מנשה?

איך לייג איבער דיינע ווערטער, נאר געטוישט דעם נאמען


מבקש_האמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער איך האב פשוט רחמנות אויף דיין ווייב און קינדער.

אפגעזען וואס דו האלטסט פונעם סאטמארן רבי'ן מהר"א שליט"א, און אפילו טייל פון דיינע טענות זענען הונדערט פראצענט גערעכט, איז ער נאך אלץ א ת"ח משכמו ולמעלה, און חז"ל ווארענען אונז שוין איבער די הארבקייט פון טשעפען מיט זקני ת"ח.

גלייב מיר, די הנאה פון א פראסטן יונגערמאן זיך אויסצוגיסן די פעדער מיט אזעלכע געמיינע אויסדרוקן קעגן איינעם פון די גרעסטע ת"ח בדורינו איז נישט ווערט דאס וואס ס'קען ח"ו ברענגען אויף דיר און דיין נאנטע משפחה, ספעציעל ווען ס'קומט ווייניגער ווי א וואך צו א' סליחות.

גיי בעט אים איבער באצייטנס, און זע דער מנהל זאל אויסמעקן דיין עקלדיגע געשרייבעכץ.




אינטערעסאנט הלכות תלמוד חכם איז נאר פאר איין צד


איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט, אז אינדערהיים פלעגט מען זאגן, אז ביים דאקטאר טרעפט מען די מצות און ביים רב די עבירות, דעם דאקטאר אז ער האלט שבת, איז ער ממש א צדיק, און דער רב אז דאווענט שפעט איז ער א שגץ, וועם מען דערמאנט אייביג דעם עולם וואספארא צדיק דער מענטש איז, איז פשט אז ער איז א דאקטער, און וועם מען דערמאנט אייביג וואספארא שגץ ער איז, דער איז דער עהרליכער איד.

יקרבו » 9/9/2009 01:42

איך בין שאקירט צי זעהן ווי אימוויסנדע מענטשן נעמען זיך פארן דיין
יעדע מצות עשה אין די תורה רייסט ער אויס מיט ביידע הענט, אבער בזיון ת"ח דעס גייט נאך אן. 

ס'דערמאנט די מעשה פינעם יסוד יוסף . 

ארגינעלער » 9/9/2009 01:46

מען דארף ר' ישראל חיים מנשה נאך שרייען אין די גאסן אין מבזה ער איז א יוד וואס האט פין באשפער נישט מורא קיין פינטל.

ער מעג שרייען המלך ווי הויך ער וויל, אבער מורא האט פאר אים ניקס.

מבקש_האמת » 9/9/2009 01:51

כ'פארשטיי ס'שמעקט ענק נישט, אבער פאקט בלייבט פאקט. דער טרויעריגער מציאות אז פשוט'ע יונגעלייט טרויען זיך צו רעדן מיט אזא שרעקליכן זלזול קעגן א ת"ח וואס באגייט אן עולה מינערט גארנישט פונעם "הזהרו בגחלתן".

ווען דו וועסט קומען פארן בי"ד של מעלה האלטסטו אז זיי וועלן אננעמען דעם ענטפער אז "פארמעגליך האט געשריבן נאך מיאוס'ער קעגן מיין רבי'ן"?!

אויב דו ביזט גרייט צו געמבלען מיט דיין גאנצע משפחה אויף א יא, דעמאלטס גיי ווייטער. איך האלט אז מיין מצות מחאה איז דוקא קעגן די גרויליגע ערשיינונג.

און אגב, איך רעד נישט דא פון ארויסברענגען די עוולות פונעם געוועזענעם דיין, וואס זענען ווירקליך זועק עד לב השמים, און כ'גלייב אז ער וועט האבן זיין אייגענעם פעקל צו שלעפן פארן בי"ד של מעלה, אבער דאס בארעכטיגט אויסדריקליך נישט אזוינע ווערטער צב"ש ווי "מטמא זיין במגע ובמשא".

[דאס שוין אויסער דעם פאקט אז עקסטרעמע רעאקציעס זענען קיינמאל נישט אויסגעהאלטן פאליטיש].

ארגינעלער » 9/9/2009 01:58

ר' ישראל חיים מנשה האט פארן באשפער נישט מורא לית מאן דפליג, פינטל !!

קראך_היט » 9/9/2009 02:37

איך שטעל מיך צי צו מבקש_אמת, איך בין מוחה!!! לא זו הדרך!!

ארגינעלער, איך וויל דיר עפעס פרעגן, מ'האלט יעצט אפאר טאג פאר סליחות, ס'איז אלול, פאר ווילסטו נישט זיין אויף די סעיף זייט, פארוואס ריזיקירן מיט אזעלעכע האקעלע ענינים ווי בזיון ת"ח, וואס וואלט געווען ווען די וואלסט געווען שטיל האלטסטו וואלסטו נישט געווען מער סעיף פארן קומענדיגן יום הדין?

פעטרסאן08 » 9/9/2009 02:37

מבקש_האמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

און אגב, איך רעד נישט דא פון ארויסברענגען די עוולות פונעם געוועזענעם דיין, וואס זענען ווירקליך זועק עד לב השמים, און כ'גלייב אז ער וועט האבן זיין אייגענעם פעקל צו שלעפן פארן בי"ד של מעלה,




מבקש, אפשר זאגסטו מיר וועלכע פעקלעך דער דיין שלעפט, אפשר וועט די פעקלעך פארענטפערן ארגינעלער...

gimpele » 9/9/2009 03:14

און טאמער וויל ער נישט זיין א מבזה ת"ח וואס איז אין תרופה למכתו?


apnews » 9/9/2009 03:53

ארגינעלער  keep on

I like when you show for the whole world your real face

מנחם_מענדל » 9/9/2009 04:23

הנני מצטרף למחאה אויף ארגינעלער ודעימי', נישט בלויז אויף די היינטיגע, נאר אויף אלעמאל ביז היינט.

ארגינעלער, אויב דיין גאנצע פראבלעים איז "מצות מחאה", דאן האב איך דיר אן עצה:
ווענד זיך צו איינע פון די "היימישע" דיינים, אזוינע וואס האבן גוט ארויס די אלע ענינים און זיי ווייסן אלע עוולות, אפשר קען דאס אפילו זיין פאר כ"ק רבינו שליט"א זעלבסט, און ווייז אים וויאזוי דו שרייבסט דא אויף ריח"מ שליט"א און אויף די איבריגע זאלי דיינים (יא! די וועלכע ווערן ליידער טעגליך נכשל אין זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה). דערנאך קום דא צוריק מיט א תשובה וואס זיי האבן דיר געזאגט דערויף. ווארשיינליך וועט עס זיין א שווערע תשבה, איך האף זיי וועלן דיר נישט הייסן אפשניידן די פינגער.

יעצט פאליטיש גערעדט, איך ווייס נישט וואו דיין שכל ליגט, אבער דו קלערסט אז א נארמאלע היימישע איד האט הנאה ווען ער ליינט ענקערע ווילדע געשרייבעכצער דא? עס פארעקלט יעדן! דו מיט נאך עטליכע נארישע שרייבער פארעקלען יעדן נארמאלן מענטש פון צו ליינען דעם פארום.

אין "ערגסטן פאל" וואלט איך אין דיינע הויזן אזוי געשריבן (דיינע ווערטער בקצת שינוי):

היינט נאכט קומט פאר די יערליכע מסיבה פאר מוסדות רמ"א לע"נ  הרה"ק ר' משה ארי' פריינד זי"ע
וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן אויס. 
לדאבונינו וועלן אנ"ש זיך נישט קענען משתתף זיין דארט, צוליב וואס די מסיבה קומט פאר ביי א דיין וואס ליידער ליידער איז מען עפ"י הסכמתו מחלל שם שמים בפהרסיא.
אויף זיין סמך:
גייט מען צו ערכאות
גייט מען אינעם טמא'נעם ציניסטישן בג"ץ.
האלט מען אפן דעם פריצתדיגן עטרת בלעם זאל מיט ביימלעך.
פירט מען א מקוה טהרה אן א געהעריגע השגחה.
פירט מען א בוטשער מיט השגחה נאר פין מליחה ואילך.

קענסט מיר זאגן וואס דיר וואלט געפעלט ווען דו שרייבסט ווען אזוי??

allgood1s » 9/9/2009 04:46

איך ווייס נישט צו וועלכע פארטיי דער מנחם מענדל באלאנגט... אבער דאסמאל זאג איך קבל את האמת ממי שאמרו

מנחם_מענדל » 9/9/2009 04:52

allgood1s כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ווייס נישט צו וועלכע פארטיי דער מנחם מענדל באלאנגט...


דאס איז די נומער 2 וואס פארעקלט מענטשן דא.

allgood1s » 9/9/2009 05:02

איז פארוואס ביסטו נאך דא???

מישמאש » 9/9/2009 06:40

ארגינעלער איך ווייס צי די האסט געשריבן שארף אדער א מילד
די האסט געשריבן דעם ריינעם אמת.

יודלע » 9/9/2009 20:24



עס איז דא מענטשען דא וואס ציען זיך אראפ די היט אין שרייען, נו איך בין מוחה תלמוד חכם, תלמוד חכם וכדומה.

לאמיר זעהן אביסל די היסטאריע פין כלל ישראל, דתן ואבירם זענען נישט געווען אזאלכע גרויסע מענטשן זיי זענען אויך געגאנגן מיט ווייסע בעקיטשעס אין עטרות אויפן ריקן, אין אזאלכע ת"ח, אין וואס זיי זענען געווען רשעים.

טאר מען אויף דתן ואבירם אויכט נישט רעדן??

די מרגלים זענען נישט געווען אזאלכע גרויסע מענטשען, (די תורה זאגט אזוי אויף זיי), אין זיי זענען געווארן רשעים אין געמאכט א חרבון אין כלל ישראל.

טאר מען אויף זיי אויכט נישט רעדן??

קרח איז נישט געווען אזא גרויסע מענטש, ווי פין דעם וואס מען רעדט דא??, די רבי ברענג אז ווען משיח וועט קומען וועט ער זיין א כהן וכו'.

טאר מען אויף קרח אויכט נישט רעדן??

קוקט נאר אביסל אין נ"ך וועט איר זעהן וויפיל נבאי שקר זענען געווען, אין זיי זענען נאך געווען אזאלכע גרויסע צדיקים אין ת"ח, אין וואס זענען זיי געווען רשעים ארורים אין גורם געווען די חורבן בית המקדש.

טאר מען אויף זיי אויכט נישט רעדן??

ירבעם בן נבט איז נישט געווען אזא גרויסע מענטש, פון וועם מען רעדט דא?, די גמרא אין סנהדרין קב. פארציילט אמר רבי אבא אחר שתפשו הקב"ה לירבעם בבגדו, ואמר לו חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן, אמר לו מי בראש בן ישי בראש. אי הכי לא בעינא. נו ער האט זוכה געווען אז הקב"ה אליין האט גערעדט צו אים, איז ער זעכער געווען א גרויסע מענטש. מיט דעם אלעם איז ער געווען א חוטא ומחטא את הרבים.

טאר מען אויף ירבעם אויכט נישט רעדן??

לאמיר לויפן אביסל ווייטער דער שבתי צבי ימ"ש, איז נישט געווען אזא גרויסע תלמוד חכם ווי ער?

טאר מען אויף די שבתי צבי ימ"ש אויך נישט רעדן??

איז קוק נישט געווען אזא גרויסע מענטש אין תלמוד חכם ווי ער?

טאר מען אויף קוק אויך נישט רעדן??



וועם מיינט די גמרא שבת קלט. אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל. מיינט די גמ' גוים אדער שוואכע אידן, אדער מענטשען וואס זענען תלמידי חכמים אין דיינים ביי כלל ישראל??

וועם מיינט די נביא יחזקאל פרק לד, מיט הוי רעי ישראל, וואס די רבי אין דברי יואל פ' שופטים זאגט אז א איד דארף דאס צי חזר'ן יעדן טאג??

מיינט דאס נישט דיינים וואס רייסן אויס שטיקער פין די תורה און רייסן אויס גאנצע סמנים אין שלחן ערוך, אלעס פאר אביסל אייגענע אינטערעסן אין פאר אביסל כבוד המדומה אין פאר נקמה (פאר וואס ווייס איך נישט, אדער ער האלט אז רבינו שליט"א האט אים אמאל געטשעפט), נאר אויף אים טאר מען נישט רעדן???

רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אונז אויס געלערנעט, אז ווען מען זעט איינעם טוהן א עבירה, אפי' די וועלט האלט אז ער איז א צדיק זאל מען וויסן אז די תורה בלייב תורה אין ער איז א שגץ. 
ס'איז ידוע וואס די רבי האט אמאל געזאגט די חילוק פון א געוויסע חסידות אין זיין חסידים, ביי יענע חסידות אויב זייער רבי וועט נעמען א חזיר יום הקדוש פאר נעילה אין ארויף גיין אויפן בלעמער אין דאס שעכטן, וועלן די חסידים זאגן אז די רבי איז אברהם אבינו אין די חזיר איז יצחק אין ער ברענגט אים יעצט אויף די עקידה, אבער מיינע חסידים האט ער געזאגט, וועלן זאגן אז די חזיר איז א חזיר אין די רבי איז א שגץ...


פארשטיי » 9/9/2009 21:22

עס איז כדי נאך צו זאגען א ווארט וואס רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע האט געזאגט ביי די מחלוקה פון ר' עמרם בלוי ז''ל מיט די עידה החרידית, וואס זיי האבן געטענה'ט אז אזא גרויסע מענטש וואו ר' עמרם, פאסט נישט אז ער זאל חתונה האבן מיט א גיורת,

האט רבינו הקוה''ט געזאגט: מאכט אים נישט אזוי גרויס וועט די עבירה נישט זיין אזוי גרויס,

 

מען איז מוחה אז קאלעגע ''ארגינעלער'' רעד מיט זלזול אויף ר' מנשה, לאמיר פארשטיין,

די זאליבאנער האבן זיך דערזען און א גרויס פראבלעם, זיי האבן אויף גענימען דעם ר' זלמניו, און אים א נאמען געגעבן  ''סאטמאר רב''  מען האט אים געזעצט אויף א פאזיציע וואס ער דארף קענען ענפערן שאילות,

אויף חלב עכו''ם, אתרוגי ארץ ישראל,זרעה ממלכתית, כשרות החלב, כשרות הבשר, כשרות המקווה, גיורות שלא ע''פ תורה, לולב שמיטה, און נאך און נאך,

און זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז ווען דער ר' זלמניו עפענט אויף א מויל און זאכען וואס האט צו טון מיט יודישקייט, הלכה, השקפה, לאזט דאס איבער אויף די זאליס א ערענסטע זויערע נאך טעם, די בישות זענען שרעקליך,

דערמאנט אייך נאך ציריק, ווען דער עם הארץ הגדול האט געוואלט געבן פאר רבינו שליט''א א משנה ברורה אויף הלכות אבילות,

אדער ווען ער האט געבעטן א חומש ביי די תנאים פון די ''גאלדענע יואלי'' זיכענדיג דעם פסוק און משלי המגיד מראשית אחרית, און דער נאך איינגענימען א טאטאלע שטילשווייגעניש, פיצי פריעדמאן איז דאן נישט געקימען א פאר וואכען און קראלי מקווה,

אדער דער שקל שלום תורה, אז יודען האבן א שקל שלום צו בויען די אדנים, צו ווייזען אז מען דארף דינען דעם אייבישטען מיט ביידע כוחות, סיי מיט די כוח פון די יונגע יארען, סיי מיט די דעת פון די עלטערע יארען, איין האלב איז מרמז אויף די עלטערע יארען און די אנדערע האלב איז מרימוז אויף די יונגערע יארען,

און דאס האבן די קווינס בויעס אפגעדרוקט, און כלל ישראל האט ממש געוויינט פאר געלעכטער,

ווער געדענקט דען נישט ביי די אסיפה פון די התאחדות הרבנים ביי די גיורות פרשה, ווען דער זאב''ד איז געזיצען ביי די אסיפה פון ערענסטע גדולי תורה, און ער האט זיך דארט געשפריט וואו א כהן און פאלאקס סעמעטערי,
 
וועלענדיג ווייזען אז ער איז באהאווענט האט ער מעיר געווען אויפן ניסח פונעם קול קורא,
 
''
אז איינער וואס וועט טיען אזא זאך, וועלן זיינע קינדער נישט קענען לערנען און די מוסדות'', אזוי איז געשטאנען דארט,

 הייבט אונזער זלמניו אן צו קלאפען אויפן טיש, און ער עקלערט קאטאגאריש, אז וועט דאס נישט אונטערשרייבען, וואו לאנג מען לייגט נישט צו די ווארט הק', מוסדות הק'

 

, די רבנים וואס זענען דארט געזיצען, אריינגערעכענט ר' אברהם ליינטער ז''ל, ר' מענדל זילבער שליט''א רב ביק שליט''א, און נאך האבן געמיזט ניצען די סגולה פון קיקען אויף די נעגל,

עכ''פ זענען די זאליבאנס אויף געקימען מיט א קאפשטיק, א קליגע עיצה, (די ליצים זאגען אז דער ערפונדער פון דער דאזיגער פלאן איז געווען נישט קיין צווייטער וואו דער ר' סענדער דייטש בדורינו ליפא'לע קרוס)

מען וועט מאכען א ב''ד, מען וועט קרוינען מיט 38 הכתרות ר' מנשה פאר ראב''ד, און דער דאזיגער ב''ד וועט מען ניצען און א פאל אז מען דארף עפעס אריין רעדן און א דבר הלכה, דער ב''ד זאל רעדן במקום הזאלי, ווען אימער עס וועט אויספעלען,

און מען האט אנגעהויבן א פאמפע דראמפע, איבער די גרויסקייט פון ר' מנשה, מיט זיינע שיתפים, וואו גרויס און הייליג זיי זענען,

 

אדש דער פשוטער יוד וואס האט געקענט ר' מנשה אלע יארן, און ער האט געוויסט, יא! ער לערנט פאר א שיעור יעדן טאג, ער דאווענט שפעט, ער פאסקענט א האלבע שעה און טאג שאילות פאר יודען, און אויב עס מאכט זיך א שווערע שאילה (וואס מען קען ח''ו חושש זיין אז עס איז פארהאן א חסרון ידועה) נויגט ער מער  לחומרא, ער שרייט ר''ה אביגדור( המלך) האט ערענסט אנגעהויבן זיך איינצורעדען אז דא איז דא א ראב''ד, א זאב''ד, חברי ב''ד, און דער ראב''ד  א גדול, א קדוש, א בעל מסגף, א שונא בצע, א ת'''ח, אד''ג

מען מאכט א גאנצע מחאה אז מען האטט גערעד אויף אים, גוט עס קען זיין אז מען דארף נישט רעדען, אבער מאכן א מחאה? ער איז עפעס אזוי גרויס? ווייל ליפא'לע קרויס מיט זיין ברידער לייגען אריין גאנצעטע רעפעטאשען און דשיד אז ר' מנשה איז אזוי גרויס, און אזוי הייליג, ?
און די גאנצע זאלי פראפעפאנגע מאשין שרייט אזו



תוקן על ידי פארשטיי ב- 09/09/2009 21:23:40

מנחם_מענדל » 9/9/2009 21:55

קיינער איז נישט מחולק אויף די גרויסע אומדערהערטע עוולות וואס די אידן טוען ליידער, אבער אין די זעלבע צייט קען קיינער נישט מחולק זיין אז זיי זענען תלמידי חכמים, און אפי' אויך יראי השם, זיי לערנען און דינען השי"ת "אביסל" מער ווי מיר ראצערלעך דא. דעריבער איז א געמיינע זאך צו שרייבן דא מיט אזא זלזול קעגן יענע דיינים פריוואט! יא, די עוולות מעגן ווערן ארויסגעברענגט, אבער נישט מיט א פערזענדליכע  זלזול! הזהרו בגחלתן! (להוי ידוע: יעדע איינשטענדיגע ארוני שעמט זיך אוועק מיט ענק!).

לגבי יודעלעס טענות מיט רח און ירבעם וכו', איך מוז דיר זאגן, איך פארשטיי נישט דעם רבין ז"ל דער דברי יואל. פארוואס האט ער נישט געשריבן קיינמאל פערזענדליך קעגן די רבנים וועלכע האבן געהייסן גיין צו בחירות (א יהרג ואל יעבור!)?? פארוואס האט ער נישט אויסגעשריגן ביי שלש סעודות אז די אלע רבנים דארף עמן נאשרייען אין די גאסן?? פארוואס האט ער נישט אויסגערופן אז די אלע רבנים זענען מטמא במגע ומשא?? הא? איז ער געווען א פאליטיקאנט?? נו! יודישקייט!!! הא?
איך מיין די תי' פארשטייסטו גוט.

לגבי צא ובדוק בדייני ישראל, עס איז אמת ויציב! עס איז זיכער אז די דיינים מאכן א חילול השם און עס איז א צער השכינה, אבער פארוואס טיטשסטו אזוי שלעכט עברי מיט טייטש? צא ובדוק מיינט זיי מבזה זיין? צא ובדוק מיינט אז זיי זענען מטמא? צא ובדוק מיינט אז יונגעלייטלעך מעגן שריייבן וואס זייער הארץ גלוסט אויף זיי?

הערה: שכל צו פארקויפן האב איך נישט, דערפאר באצי איך מיך צום אנדערן חלק וד"ל

רבי_יונה » 10/9/2009 04:09

איך קען אזוי פיל זאגן, אז ווען דער עולם וועט הערן די שרעקליכע טעיפס, ווי ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן העצט און טרינקט דאס בלוט פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביי די 91 יאר.
 
און אוי וויי! ווען מען הערט נאך דער שרעקליכען בלוטיגען קרעכץ פון רבינו זי"ע, און ער זאגט אים מיט א צושאסענעם צובראכענעם געבעט: לאזט מיר אפ ווייל עס טרעט מיר צו צום הארץ!!!

וואלט דער עולם געשריבן אויף אים, ארגער ווי מען שרייבט אפען תלמוד חכם קוק, צו אפען צדיקת גאלדע מאיר.

לולא_תורתך » 10/9/2009 04:54

פאני, אויף די גרעסטע שקצים זענען די אהרונים מחפה, אפילו די וועלכע גייען צו די בחירות אדער למשל אזעלכע שקצים ווי בעלז און קלוזנבורג פארפירן זיי אז "מאיז געגאנגען צו שארף" און "מטאר נישט רעדן אזוי אויף שומרי תורה ומצוות", אלעס ביז סקומט צו איינעם וואס רירט אן זייער קרוין די מאכיל טריפות און מעמיד ע"ז פון מאנרא, דארט ווערט אלעס מותר 

תוקן על ידי לולא_תורתך ב- 10/09/2009 4:53:11

13Hooper » 10/9/2009 05:22

איך האב נאר יעצט געליינט דעם אשכול איך האלט אויך אז אזוי צי שרייבען
איז נישט אויסגעהאלטען נישט להלכה אין נישט ווי עס פאסט פאר אינז ארוינים ווי אינזער רבי שליטא פיהרט זיך מיט א מהלך פין איידעלקייט פאר יעדע איינעם זאל דאס זיין א חסידות, בן תורה, אדער א פשוטער בעה"ב

אפילו וואס די שונאים ברענגען אלץ ארויף קאשוי אין נאכאמאל קאשוי  איז ער געווען דער זעלבער VICTIM ווי אינז אלע זענען געווען אינטער דעם טעראריסט משה גבאי

והא ראיה ווי ער האט עטליכע מאל אנגעריפען קאשוי רב ז"ל ער זאל עיהם מוחל זיין ווי דאס ווייזט זיינע איידעלע מידות,  אין נאך אין נאך וואס דא איז נישט דאס די נושא
נאר צי ווייזען אז דאס איז דער דרך התורה וואס דער רבי שליט"א לערענט אינז ובפרט
ווען ער ווערט פארעכענט פאר זיין  רבו מבהק

דעקלעראציע » 10/9/2009 05:36

ווייסט איינער די טעם פארוואס ר' ישראל חיים מנשה איז ארויס פין פאסוט אפיס
איז עס געווען ווי מאנכע טענה'ן א סקאנדאל, איז ער ארויס..
 אדער ער איז ארויס סתם אזוי ארויס ?

מבקש_האמת » 10/9/2009 05:53

קיינער פארטיידיגט נישט בכי הוא זה די שרעקליכע עוולות וואס ריח"מ איז באגאנגען אין די לעצטע יארן, און האט מיר פערזענליך שוין פארשאפט גענוג שלאפלאזע נעכט. ס'איז ביי מיר קיין ספק נישט אז ער וועט מיטנעמען מיט זיך א גרויסן פעקל פארן בי"ד של מעלה, וואס אפילו זיינע ברייטע פלייצעס וועלן נישט קענען דערטראגן.

אבער פון דארט ביז אים פארגלייכן מיט קוק?! שבתי צבי?!

מיין איינציגער לימוד זכות אויף ענק (?) איז אז איר האט שוין לאנג נישט באזוכט ביים דאקטאר.

איך מצדי וועל מער נישט אנהאלטן דעם זינלאזן שמועס, פשוט ווייל כ'וויל נישט האבן קיין חלק אין ווידער ארויפרוקן דעם אשכול וואס שטעלט פאר דעם דעת פון די פסולת שבפסולת ביי אונז כאילו דאס איז אן אפיציעלע שטעלונג (און דאס איז שוין ווען כ'בין איינגעהאלטן), און אנטייל נעמען אין דעם שרעקליכן בזיון וזלזול ת"ח.

דעקלעראציע » 10/9/2009 06:14

מבקש איך מיין זאלסט טאקע אויף הערן.