היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מ'פעלשט א רמ"א רח"ל און מ'כשרט טריפה

מ'פעלשט א רמ"א רח"ל און מ'כשרט טריפה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2684647

צומתהגידין » 9/9/2009 00:11

אידן תלמידי חכמים און סתם אידן, וועלכע האבן געזען וואס עס האט ליידער פאסירט.

אז צוליב פאליטיק האט מען מסלף געווען א הייליגן רמ"א, און אויף דעם ארויף עסט מען חשש טריפה רח"ל.
עס כאפט א שוידער וואס געוויסע מענטשן האבן געטאן במזיד ובזון, מסלף צו זיין אפענע ווערטער פונעם רמ"א.

דער רמ"א שרייבט: אז יעדע מכה אין צומות הגידין קען מען נישט כשר'ן דורך בדיקה, וויבאלד מיר זענען נישט בקי. און יעדע שאלה איז טריפה.

קומען די מזייפים און שרייבן אז "עס איז בעסער ווען מ'דארף נישט בודק זיין"... ווייל דער רמ"א שרייבט "אין אנו בקיאים".

[בילד – נישט אפגעהיט]



ולהוי ידוע אז ביי דעם איצטיגן פראבלעם פון צומות הגידין דערקענט מען נישט פון דרויסן גארנישט.
ליידער ווערן אידן נכשל מיטן עסן זאכן וואס האט פראבלעמען.

מ'דארף אויפשניידן ביי די צומות הגידין  און נאר אזוי קען מען "עכט" וויסן צו די צומת הגידין איז גאנץ בתכלית, אדער איז דארט דא א א מכה.

דאס קען מען נישט זעהן מיט די אויגן !



דאס איז א עוולה נוראה וואס מ'האט געטאן מיט א אפענעם רמ"א, וכדי בזיון וקצף !

rebyankel » 9/9/2009 01:47

ווער עס זאל ברענגן די אלע הינדרעטער שטיקלעך רמ''א וואס די זאלי'ס האבען די לעצטע יארן געפעלטש אין ציטרעיטן.

איזראלי » 9/9/2009 14:04

ווער עס זאל נאר ברענגען די הונדערטער לאווין און איסורי תורה וואס די זאלי'ס ומנהיגם בראשם זענען עובר טאג טעגליך בשאט נפש .

צומתהגידין » 9/9/2009 20:41

איך האב היינט גערעדט מיט א גרויסן דיין פון מכון להוראה אין מאנסי.
יענער איז ממש נבהל ונשתומם וויאזוי מענטשן האבן נישט מורא מסלף צו זיין דברי אלקים חיים נאך  יעצט אין אלול.

עס איז ממש שוידערליך וואס מאנכע מענטשן  טוען טוען פאר זייער נארישע און קינדישע שנאה. מ'רעדט דאך דא פון כשרות וואס מ'גיט פאר אידישע קינדער.

ווי איז דאס געהערט אזוינס מ'זאל רח"ל ווערן א "מגלה פנים בתורה שלא כלהכה" במזיד.

rebyankel » 9/9/2009 21:07

יא ליידער!
לויט זייער יעצטיגע אויפפירונג וועט מען נאך איין טאג נישט מעגן טרינקען א גלעזער וואסער א גאנץ יאר ביי זיי.....
השם ירחם על עמו, וילמדו תועים בינה!

rebyankel » 10/9/2009 01:11

כ'הער ס'שוין דא בוטשער'ס וואס האבען נישט קיין פראבלעם מיט צומות הגידין
1) 82 ממליחה ואליך
2) די ריזינגע מיגדאנעלד נעץ

rebyankel » 10/9/2009 01:17

באקומען אין אמעיל,
[בילד – נישט אפגעהיט]