היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » צומות הגידין - פארוואס קענען זיי יא? געוואלד וואס עסן מיר???

צומות הגידין - פארוואס קענען זיי יא? געוואלד וואס עסן מיר???

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2684445

צומתהגידין » 8/9/2009 18:30


דא זעט מען ווי א געוויסע בית השחיטה, טוט בודק זיין יעדע איינציגע עוף. און מאכט זיכער בתכלית אז יעדע עוף איז
 וודאי כשר ממש.
 נישט "ספק כשר".



[בילד – נישט אפגעהיט]

דא זעט מען די זעלבע בית השחיטה, האט מערערע מומחים אויסגע'שורה'ט און זיי טוען בודק זיין יעדע עוף מחשש טריפה.

אלע בית השחיטות האבן די זעלבע התרים. אלע קענען זיך סומך זיין ברוב, און געבן פאר אידישע קינדער זאכן וואס מ'קען מתיר זיין.

אלע בית השחיטות האבן די זעלבע עופות, און אלע האבן די זעלבע פראצענט ריא ווירוס, ווי עס איז דאקומענטירט ביי די רעגירונג.

ליידער, רוב בית השחיטות קוקן אויפן געלט און נישט אויף כשרות.
און אידישע קינדער ווערן געשטאפט מיט בשר וואס איז נישט וודאי כשר".


[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 8/9/2009 23:18

הגאון הגדול דומ''ץ ק''י איז ארויסגעקומען מיט תשובה להלכה

די זאלי'ס האבען יעצט נעבעך געליטן א שווערע קלאפ, אין  זייער דורכגעפאלענע מערכה קעגן די בית השחיטה המהודרת, ווי צווישען אנדערע דורכ'ן צומות הגידין בולבול,
נאכדעם וואס הגאון הגדול דומ''ץ ק''י שליט''א איז ארויסגעקומען מיט א קלארע בירור הלכה בנוגע דעם ענין, ווער עס קען  זאל עס ביטע פאוסטען.