היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס טרייען אויסצוקרויזן ועד הכשרות

זאליס טרייען אויסצוקרויזן ועד הכשרות

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2683844

ביז_אהער » 7/9/2009 18:23

2 זאליס וואס האבן חתונה געמאכט און געמאכט שבת שבע ברכות אין די רעבעצינס בילדינג האבן אריינגעברענגט אייגענע פלייש, ווייל ביי זיי איז דאך נישטא אזא זאך ווי א ועד הכשרות אדער פאלגען תקנות (פארשטייט זיך נאר ווילאנג סאיז סאטמאר, ערגעץ אנדערש וואלט מען זיי אנגעכאפט און ארויסגעווארפען מיט די זיבן זאכן). ועד הכשרות איז געוואר געווארן שבת צופרי און ר' מאיר סימאן פון די ועד איז אריבערגעקומען און זיי געזאגט אז די ועד הכשרות לאזט נישט אריינברענגען קיין פלייש אין זייערע זאלן אן אפשמועסן פאראויס מיטן ועד.

איז עס דאך אבער זאליס האבן זיי אנגעהויבן זיך שלאגן מיט אים, און ער האט ממש געכאפט שלעק פאר די "חוצפה" פון וועלן אינפארסן די תקנות פון ועד הכשרות.

און מארגן ווען מגייט זיי נישט וועלן ארויסגעבן די זאלן וועלן זיי קומען שרייען טעראר

סופרעמעסי » 7/9/2009 22:33

דער חתן דומה למלך האט אראפגעלאזט א פראסק פאר ר' מאיר.

זיי האבן געברענגט אייגענע פלייש ווייל זיי טראסטן נישט קרית יואלע שחיטה.

ביז_אהער » 8/9/2009 09:19

פאני צו זען דא אין א אנדערע אשכול די צעטל פון די זאלי ועד הכשרות אז ביי זיי ברענגט מען נישט אריין קיין אנדערע פלייש.

וואס וואלטן די זאליס געטון צו איינעם וואס ברענגט אריין פרעמדע פלייש אין די זאלן מיט זייער השגחות?!

נאר דא קעגן די אהרונים איז פארשטייט זיך אלעס מותר!

עפשטיין » 8/9/2009 18:20

האבען זיי גענוצט די כלים פון זאל?ץ צו אייגענע כלים?

allgood1s » 8/9/2009 18:54

ב"ה די ספק טריפה פלייש האט מען באצייטענס ארויסגעווארפען.

די ווינדער איז נאר אויף די זאליס וואס לשיטתם דארף מען כשר'ן די כלים, וויאזוי קענען זיי עסען דארט (אפי' אן פלייש) אלע אנדערע זאכען, ווען אלע כלים דארט זענען לשיטתם איז טריפה???