היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די מיינונג פון זאלי דיינים איבער צומות הגידין

די מיינונג פון זאלי דיינים איבער צומות הגידין

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2683418

allgood1s » 7/9/2009 04:19

היות די זאליס שרייבען כסדר (ווען שטיפט זיי צו די וואנט) אז הלכה טאר מען נישט פרעגען אויף היידפארק (חוץ אויב עס איז קעגען די ארונים...)

אויף היידפארק און אריינגערעכענט דער איד האבען זיי געשריגען ק"י נבילה וטריפה אזאש מ'דארף כשרן די כלים,

פון זייערע דיינים און אויך פון זייער רבי (חוץ התאחדות) איז נישט ארויס געקומען קיין שום פסק בכתב בנוגע די פרשה.

עס וואלט כדאי געווען די עולם זאל דא לייגען וואס די "זאלי" דיינים טוהן למעשה וואס פארא פלייש עסען זיי? זענען זיי מקפיד צו עסען דוקא פון מליחה ואילך געשעפט אדער דוקא נישט?

צום ערשט וואלט איך געברענגט די דעת פון רש"ל וויינבערגער וואס א זאלי האט מודה געווען אויפען זאלי פורם ביים אנפאנג פון די פרשה, האט ער איהם געזאגט אז "די פראבלעם איז אין אלע בית השחיטות" אריינגערעכענט די ממליחה ואילך געשעפט,

און ווי באוויסט עסט ער טאקע נישט פון די ממליחה ואילך געשעפט נאר פון ר' מתתי' קאהן'ס פלייש וואס איז היינט אויך שוין בודק איבער צומות הגידין.

רז"ל פילאף זייענדיג אין פליישמאנס האט איינגעקויפט פון די ק"י טשיקען.

די אפיצעילע פלייש געשעפט אין מאנסי פון ר' ח"י פארקויפט אויך ק"י טשיקען.

מ'בעט די עולם זאל דא לייגען וואס די איבריגע זאלי דיינים עסען ביי זיי אין שטוב

איזראלי » 7/9/2009 14:30

זיי עסן נאר מענטשן פלייש .

פעטרסאן08 » 7/9/2009 15:29

ווינער דיין אין מאנסי הרה"ג ר' מנחם פישער שליט"א האט געהייסן ניצן נאר קרית יואל פלייש
אין נישט ניצן התאחדות ספק טריפה פלייש.

rebyankel » 8/9/2009 00:56

ווען כ'בין אריינגעקומען זינטוג ציפרי אין קליימער שול, האב איך ציזאמען מיט נאך א איד {נישט קיין סאטמערער} דעם ערשטען מאל באמערקט די צעטיל פין זייער וועד הכשרות (ס'איז בערך אזא מעכטיגע וועד הכשרות ווי זייער פורים בית דין),
יענער וואס איז נישט אזוי באהאווענט אין די סאטמערע פאליטיק, רופט זיך אן, זענען זיי סתם בלינד אדער פשוט'ע פורקי עול?
ער האט נישט געקענט פארשטיין דאס, אז מ'גייט מתיר זיין א  זאך וואס איז לויט טייל פוסקים א ספק טריפה אלעס ווייל ''א''ט זאגט אז מ'דארף בודק זיין'' ......

פאר אינז איז עס ליידער נישט קיין שום חידוש!

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים.

געגאנגען » 8/9/2009 01:24

דער אמת איז נאך אסאך מער.

זייער נארישער צעטל פון דעם אויסגעטרוקנטן א.ג. 'ועד הכשרות' דערקלערט אז ס'איז דא א מעלה אין נישט בודק זיין כמבואר ברמ"א יו"ד סי' נ"ו סעיף ט'.

יעצט דארף מען אויפזוכן ווי עס שטייט פאקטיש. דער רמ"א זאגט נישט אז מ'זאל נישט בודק זיין, דער רמ"א שרייבט נאר אז אנו אין בקיאין בבדיקת צומת הגידין. און פארשטייט זיך אז אויב מיר זענען נישט בקי איז דא א מעלה אין נישט בודק זיין.

למעשה איז עס אבער טרוקן עם הארצות און פראסט פשוט מסלף געווען די ווערטער פון רמ"א. דא איז פאראן 2 חלקים. 1) טרעפן א פראבלעם אין די צומת הגידין, וואס פון דעם רעדט נישט דער רמ"א. 2) אויב מ'האט געטראפן א ריעותא און מ'וויל עס יעצט גיין בודק זיין אויב ס'איז כשר. אויף דעם זאגט דער רמ"א אז אין אנו בקיאין און במילא איז עס אויטאמאטיש טריפה נאך וואס מ'האט געטראפן די ריעותא.

יעצט גייען די פראפעסיאנאלע מסלפי דברי אלקים חיים און מאכן א קוגל צווישן די צוויי ערליי בדיקות. אדרבא, אויב זאל זיין ריכטיג אז ביי אונזער פאל גייט אויך אן דער "אין אנו בקיאין" מיינט עס אז ס'איז מער נישטא קיין איין עוף אין דער וועלט וואס איז כשר! ווייל מ'קען דאך שוין קיינמאל נישט בודק זיין צי ס'איז דא א ריעותא אין די צומת הגידין [פונקט ווי דער רמ"א פסק'עט אז דארט וואו מ'טרעפט א ריעותא אין די צומת הגידין איז עס באלד טריפה וועגן אין אנו בקיאין].

אבער אויב מ'קען ארויסלאזן א פרעכן שקר קעגן א פאליטישן שונא דאן זענען דאך אלע מיטלען כשר, אריינגערעכנט דאס פארקרומען און פארדרייען די ווערטער פון הייליגן רמ"א! ווי אויך דאס זיין גרייט צו לאזן דעם אייגענעם ציבור עסן שאלה'דיגע עופות, אבי צו שטעכן יענעם!