היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעכטיגע ריארגענאזירונג אין מתיבתא. פרטים?

מעכטיגע ריארגענאזירונג אין מתיבתא. פרטים?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2683367

מנחם_מענדל » 7/9/2009 00:18

קומענדיג צו די החלטה אז "קיינער" האט נאכנישט באוויזן צו פירן א "גרויסע ישיבה" אויף א וועג אז אלעס ארום זאל קלאפן הונדערט פראצענטיג, קומט די גוטע נייעס פון קרית יואל אז אויף קומענדיגע זמן גייט זיין א 'מעיזשער טשעינדש' אין די ישיבה.

יעדע עידש וועט האבן א אייגענע מנהל, און אויך א עקסטערע ביהמ"ד.

מער פרטים ווער עס ווייסט.



תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 07/09/2009 0:16:41

ברוינפן » 7/9/2009 05:07

ווי איך האב געהערט:
די אלטע ביהמ"ד (אין דעם קעלער פון די צווייטע דארמיטארי) וועט זיין פאר די יונגערע כיתות
די גרויסע שול וועט זיין פאר די יארגענג וואס האבען אלע יארען געלערנט אין ישיבה (פאר מען האט צוזאמגעשמאלצען צוזאמען מיט די צעירים)
בנות מלכים וועט זיין פאר מתיבתא גבוה

מנחם_מענדל » 7/9/2009 05:46

לויט ווי איך האב געהערט גייען "אלע" עידשעס זיין צוטיילט.
דאס הייסט אז ערשטע און צווייטע גייען אויך נישט זיין אינאיינעם. וואו יא ווייס איך נישט.
(בנות מלכים איז נאכנישט קיין ענדגילטיגע פלאן - מפי השמועה).

1נארמאלער » 7/9/2009 21:43

 

מנחםמענדל, איך האב מיך נאכגעפרעגט אויף דיינע אינפארמאציע איבער די נייע טויש, און עס איז טאקע אמת. מ'פלאנט צו צוטיילן די עידשעס מיט עקסטערע אפטיילונגען.

ברוך השם פאר דעם! השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין מיט סוקסעס און עס זאל שאפן א נחת רוח פאר רבינו שליט"א און פאר אונז אלע תלמידים וחסידים. (והא ראי' אז ס'איז א גוטע זאך, קוק ווי די זאליס שימפן אזוי דערויף – אן קיין טראפ פשט...)

-----
אבער ----- (א ערנסטע אבער!)

לויט די פרטים וואס איך האב געהערט וויל איך דיר זאגן צוויי ערנסטע הערות, וואס אין דעם איז געוואנדן די הצלחה פון די זאך:

1) זיי דארפן אויפנעמען "א מנהל" אויף יעדן עידש, נישט ווי די נעמען וואס מ'פלאנט [לויט ווי איך האב געהערט], די נעמען זענען גוט פאר "משגיחים". א מנהל מיינט א שטייגער ווי הר"ר וואלף לאנדא אין צעירים ח"ב אין קר"י וכדומה, איינער וואס האט ארויס א בחור און ער פארשטייט וויאזוי - און ער קען - "רעדן" צו בחורים, נישט אז אלעס זאל גיין מיט "צעטלעך אויף די ווענט", נאר די מנהל זאל צוזאמרופן די עידש, און "זאגן" אז מ'גייט מאכן חזרה וכדו', אדער אז מ'גייט צוליב די און די סיבה איינפירן די און די תקנה וכו' וכו', א מנהל וואס זאל קענען זאגן א דרשה און "אנווארעמען" דעם עולם צו סיי וואספארא זאך, און אזוי אויך דארף ער פארשטיין וויאזוי צו רעדן מיט בחורים פריוואט וכו' והבן כי קצרתי.

 

2) לויט ווי איך הער גייען בלייבן צוויי פון די אלטע הנהלה, איך וויל נישט רעדן קעגן קיינע פערזענליכקייטן, אבער היות איך בין געווען אינוואלווד אין עטליכע עינינים מיט זיי קען איך דיר זאגן בפה מלא: אויב די צוויי בלייבן דארט מיינט עס [אין פיר ווערטער]: "אלעס בלייבט ביים אלטן". איך שטעל מיך דא אפ. ויה"ר שיגיעו הדברים למי שראויים...

rebyankel » 8/9/2009 01:17

די טעמע איז נישט קיין זאך וואס דארף דא ווערן אויסגעפויקט ביז ס'ווערט פארטיג

1נארמאלער » 8/9/2009 04:03

אויב וועלן מיינע ווערטער אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, לוינט זיך עס. לטובתם ולטובתינו, לנו ולדורותינו.

השר_מקוצי » 8/9/2009 04:47

1נארמאלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב וועלן מיינע ווערטער אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, לוינט זיך עס. לטובתם ולטובתינו, לנו ולדורותינו. 



 


עס איז  לטובתם ולטובתינו, לנו ולדורותינו, אז מען זאל נישט אויסהערן א יונגען ראצער וואס איז געווארן א היידפארק שרייבער'ל צוויי חדשים נאך די חתונה



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 08/09/2009 4:44:42

allgood1s » 8/9/2009 05:02

אפשר איז ער נאך א קווינס בחור...?

השר_מקוצי » 8/9/2009 05:06

מעגליך,

אבער עס קוקט מער אויס ווי ער איז א אפרוח שלא נפתח עינו,
פון זיין שרייבען קוקט אויס אז ער איז אזא איינער וואס איז באפרייט געווארן פון עפעס א שווערע יאך, ווי למשל שווערע עלטערן, אדער א פראבעלאמאטישע בחור אונטער א שטרענגע הנהלה,

1נארמאלער » 8/9/2009 05:21

איר קענט מיר אפשר מסביר זיין אייער אגענדע דא?

דאס וואס איך זאג איז נישט קיין דעה יחידאה, אסאך זאגן עס און יעדער פארשטייט אז איך קען זיין ריכטיג, דיין שארפע פערזענדליכע אטאקע אויף מיר מאכט עס אויסזעהן ווי דו ביסט א שליח פון איינעם פריוואט ..., שטימט?

(ס'איז לגמרי אומפארשטענדליך די נארישע אטאקעס דא אָן קיין נארמאלע הסברים, גימפעלע איז א קווינס בחור, איך בין א ... כגעדענק שוין נישט, און דו ביסט וואס? אן ערוואקסענער חכם מכל אדם? איך קוק עס אנדערש אן.)

בלומבערג » 8/9/2009 15:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

השר_מקוצי » 8/9/2009 19:19

1נארמאלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 

1}איר קענט מיר אפשר מסביר זיין אייער אגענדע דא?

2}דאס וואס איך זאג איז נישט קיין דעה יחידאה, אסאך זאגן עס און יעדער פארשטייט אז איך קען זיין ריכטיג, דיין שארפע פערזענדליכע אטאקע אויף מיר מאכט עס אויסזעהן ווי דו ביסט א שליח פון איינעם פריוואט ..., שטימט?

3}(ס'איז לגמרי אומפארשטענדליך די נארישע אטאקעס דא אָן קיין נארמאלע הסברים,........., איך בין א ... כגעדענק שוין נישט, און דו ביסט וואס? אן ערוואקסענער חכם מכל אדם? איך קוק עס אנדערש אן.)

 



כ'וועל דיר ענטפערן בקיצור נמרץ

1}כ'האב נישט קיין אגענדע, פינטל איך שרייב נאר ווי באלד דו האסט מקיים געווען דעם הדיוט קופץ בראש, און מיט א זעלטענע חכמה געשריבען  אויף היידפארק, אז די ראשי ישובת ובתוכם רבינו שליט"א מיט די גאנצע חבריא זאלן זיך רעכענענן מיט 1נערמאלער וואס זאגט אליינס אויף היידפארק אז ער פארשטייט צי די ישיבה  ווי אזוי מען קען פירען, און נאר ער פארשטייט, האב איך דיר געוואלט מסביר זיין, אז ניץ אביסל דיין מח אויב דו האסט, און פארשטיי אז א היידפארק שרייבער'ל האט נישט וואס אריין צי רעדן ווען מ'איז דן איבער א ישיבה פון 700 בחורים, פארשטאנענן?, בכלל איז לעכערליך אז דו פרעגסט מיר וואס מיין אגענדא איז, בשעת, וואס עס גייט נאר איבער דיין ניק, זעט אז דו האסט איין ציל דא אויף היידפארק, ארינטער צו רייסען  דו הנהלה פון די ישיבה

2}ביסט טאקע נישט קיין דעת יחדאה, דו האסט מיט דיר 1}אלע ליידיגייער פון ישיבה 2} אלע חסיד'שע ליידיגייער וואס האבן נישט געהאלטן ביים לערנען, נאר דאווענענן שפעט, אפשטיפן די צייט,

3}עס איז זייער מסתבר, אז מען זאל אטעקירען אזא איינער ווי דו, וואס קימט דא אויף היידפארק און אטעקירט שוין איבער א יאר  די ישיבה. ווי איך/מיין ברידער/מיינע קינדער/מיינע עלטערן/מיין משפחה, האבן געלערנט, און גייען לערנען, די ביסט מוקצה מחמת מיאוס!!

האסט געהאט א פראבלעם מיט די הנהלה בשעת די האסט געלערנט דארט?? יא? דאן זיץ איין!!
מ'האט זיך געמיטשעט מיט דיר? יא? דאן זיי זיי מכיר טובה אז מען האט דיר נישט געווארפן!
די האלסט מען קען בעסער פירען?? גיי אריין צום רבי'ן, גיי רעד צי וועם מען קען אויפטיען, קום נישט דא אנעיאם, און אטעקיר רעכטס און לינקס, עס איז עקל'דיג

דיסקלעמער: כ'האב נישט קיין קיין כי הוא זה שייכות מיט די הנהלה/מנהלים פון די ישיבה,
כהאב אלעס געשריבען מדעת עצמי, ווייל דער 1נערמאלער האט שוין לדעתי איבער געצויגן די שטריקל



.




תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 08/09/2009 19:24:49

1נארמאלער » 8/9/2009 22:08

איך מיין אז צוקוקער קענען זעהן זייער גרינג אז דיין דיסקלעימער איז אומריכטיג, ווארום גאר אסאך עלטערן פון בחורים פארשטייען יא וואס איך זאג (נישט אז איך האב א קינד אין די יארן, אבער עכ"פ א קליינע ראצערל כלשונך בין איך אויך נישט, מעגליך עלטער פון דיר אויך) און זיי קוקן אויך ארויס אויף דעם.

איך וועל אבער יא פרובירן צו ענטפערן - אויך בקיצור נמרץ:
1) איך פארשטיי "נישט" צו פירן א ישיבה, איך נעם נישט אויף מיר אזא פאזיציע, איך קען אבער יא צוקוקן פון אינדרויסן ווער עס איז מצליח און ווער נישט, ווער עס ארבעט מיט געפיל און ווער .... (בנוגע די ניק, אמת, איך נוץ אין געווענדליכע פעלער א צווייטן ניק ווי אין די נושא, מסיבות מובנות).

2) אין די לעצטע פאר יאר האב איך שוין געהאט אין די ישיבה 6 קאזינ'ס, 1 ברודער און 2 שוואגערס. אויב אלע פון זיי גייען אריין אין כלל פון דיין סעיף 2 דעמאלס איז עפעס אנדערש דא די פראבלעם...

3) עס טוט מיר אויך וויי ווען איך דארף עס שרייבן, אבער מ'טאר זיך נישט באהאלטן פונעם אמת. עפעס מער ווי שרייבן קען איך נישט טוען, און איך שפיר גראדע אז איך בין יוצא מיט דעם, והיה זה שכרי.

הערה: דיינע שארפע אויסדרוקן קעגן מיר טוען נאר פארשטערקערן אין די אויגן פון די ליינער דעם 'אויסגעטראכטן' בלבול אז דו דינסט דא די אינטערעסע פון א יחיד קעגן די טובת הציבור.

1נארמאלער » 8/9/2009 22:46

בלומבערג,

רבינו שליט"א האט אויך ביז היינט נישט צוגעשטימט צו אזא פלאן. אבער די מצבים האבן זיך משך די יארן פיל געטוישט. און אז מ'פלאנט שוין עס צו טוען איז עס מיט די פולסטע צושטימונג און ברכת קודש פון רבינו שליט"א.

זאל טאקע השי"ת העלפן עס זאל ארויסקומען א כבוד שמים.

מנחם_מענדל » 9/9/2009 04:32

נארמאלער, לויט מייין אינפארמעישן ווייסט די הנהלה גשמי גוט פון די זאכן וואס דו רעדסט (און וואס דו רעדסט נישט...) און זיי נעמען דאס אלעס אין באטראכט.

און איך וועל ענדיגן מיט דיין לשון: זאל טאקע השי"ת העלפן עס זאל ארויסקומען א כבוד שמים.

allgood1s » 9/9/2009 04:50

הוא מותיב והוא מפרק...

מנחם_מענדל » 9/9/2009 04:53

allgood1s כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הוא מותיב והוא מפרק...


די תשובה אין א אנדערן אשכול.

allgood1s » 9/9/2009 05:07

די סעים העיר...

איך וואלט נאר צוגעלייגט כלשון 1נארמאלער צו די האסט דא עפעס א באהאלטענע אגענדע??? וד"ל

ביי די וועי האסטו אויך נאך א ניק דא אזויווי 1נארמאלער האט נאך איינס...???

מנחם_מענדל » 9/9/2009 05:42

דו הייבסט שוין אן רעדן קאוד ווערטער.
איך בין דיר מוסר מודעה אז איך הייב נישט אן צו וויסן וואס דו האסט געוואטלט און וואס דו ווילסט פון מיר אדער פון מיינע תגובות. האב איך געשריבן עפעס וואס שטערט דיר? איך זוך, איך זעה נישט וואס.
און איך וועל דיר איבערחזרן דאס וואס דו ווילסט נישט הערן, אז דאס זיך ארויפכאפן אויף יעדן ניק וואס שרייבט "אויך" ערגעץ אנדערש און ביזי זיין אז דער איז א זאלי און דער איז א קווינס בחור און דער האט נאך א ניק וכו' וכו', דאס איז נומער 2 וואס פארטרייבט מענטשן פון דא. ווי עס שיינט איז עס דא ספעציעל אויסגעשטעלט אז "איין מענטש" זאל קענען שרייבן ותו לא, ודו"ק.
קיעפ-אן.

(אויב מאך איך טעות זאג מיר).

allgood1s » 9/9/2009 06:30

פון די תקנות הפורם
5. א פרישער מיטגלידער טאר נישט עפענען קיין פרישן אשכול בעפאר ער שרייבט 20 נארמאלע תגובות אינעם פארום. דער אויסטייטש פון "נארמאל" ליגט אין די הענט פון די מנהלים. אויסנאמען קענען געמאכט ווערן, אבער נאר דורך א דייטליכע קלארע מעלדונג פון דעם הויפט מנהל אין אישית

פרוכטבאר » 10/9/2009 15:33

מ'רעדט דא וועגן נייע מנהלים לויט וואו עס קוקט אויס וועט מען דארפן בויען א נייע דארמיטארי נאכדעם וואס די פלייסיגע בחורים האבן פארברענט זייער אייגענע דארמיטארי