די דעבאטע
זייט געווארענט!
נישט טראסטען קיין נייע ניקס!!!
זיי זענען על פי רוב קווינס בחורים...
אויף דעם האב איך זיך שוין נישט געראכטן!!!
גימפל טוט א געוואלדיגע ארבייט.
וואס דארפסטו מער פון דעם, ער האט פארגעשלאגן פארן פויפסט אליין - פארמעגליך - צו פירן מיט אים די דעבאטע, און: ... ער האט זיך אנטזאגט!
שפייען שקרים דאס קען ער גוט, אבער אויסשטיין א דעבאטע.. דאס שוין נישט....
גימפל ווי אפרישיעיט יו.
תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 07/09/2009 6:15:42
זייט געווארענט!
נישט טראסטען קיין נייע ניקס!!!
זיי זענען על פי רוב קווינס בחורים...
אפילו ווען א אנדערע ניי ניק זאגט אז מ'זאל יא!
בכלל, וויאזוי איז מעגליך אז אן אהרוני עפנט א ניק און גייט צום ערשט שרייבן אויף אחים אנחנו?
איך לייג צו מיין שטימע, נישט טראסטן גימפעלע. איך גאראנטיר ענק אז ביים סוף גייט גימפעלע פארלירן די דעבאטע (איך האלט עס נישט מיט, ווייס איך נישט ווי גוט ער איז יעצט) און די זאליס גייען פייערן זיג אז זיי האבן איינמאל פאר אלעמאל געווינען א דעבאטע מיט די אהרונים.
די קווינסער בחורים האבן בלעקבעריס און אסאך צייט צו שרייבן, מאכן זיי א פלעי, איינער איז א זאלי און דער צווייטער עקט אהרוני.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2674690&forum_id=16386
איך ווארט נאך יעצט אויף זיינע ארטיקלען....
סופערמארסי דיין טענה פארוואס ער שרייבט ערשט דארט איז קיין טענה, די מציאות איז אז די "אלטע" ארוינישע ניקס וואס האבען דארט פראבירט אמאל צו שרייבען, האבען נישט צילאנג מאריך ימים געווען דארט... און זענען ריפלעסט געווארען דורך זאליס (אדער גאר דער מנהל אליין דארט) מיט "נאכגעמאכטע" ענליכע ניקס (אן עקסטערע קינדישקייט פאר זיך).
און די זעלבע פארקערט עס איז געווען (און נאך אלס דא) ניקס וואס האבען ערשט יא געשריבען דא (ג'עקט ארויני) און האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין זאליס.
און יעצט צום אונזער גימפעל, איך זאג נישט מ'זאל איהם טראסטען (איך האף קיינער שיקט עניוועי נישט פרייוואטע אינפארמאציע פאר אן היידפארק ניק), אבער דערווייל מאכט ער א גאנץ גוטע ארבייט מ'זעיט וויפיל נייע אשכולות עס ווערט דארט געפענט איבער יעדע נארישע נקודה באזינדער, אבער ווען ער עפענט עפעס נארמאל ווערט עס אפגעשפארט מיט א נארישע תירץ אז איז שוין דא צופיל, ווען און די זעלבע צייט ווערט יא געפענט אנדערע איבער דעם זעלבען נושא
יעצט די באדים ליין הא קערס אויב ער איז א זאלי אדער ארויני ווילאנג ער מאכט א גוטען דזשאב?
אונז נעמיר אים נישט אויף פאר א פארטרעטער פון קהל.
יעדער קען דא אין דעם אשכול לייגען זיין אייגענע ענטפערס
נישטא נאך "איין" שרייבער וואס קען דאס וואס ער קען. פינטל.
קיין איין עכטע אהרוני וואלט נישט איינגעגאנגען צו א 'דעבאטע' וואו איין זייט האט די עדווענטעדזש דורך זיין מנהל (אויסער אויב די מנהל אליין דארט איז ביידע זייטן)
יעדער קען האלטן וואס זיי ווילן אויף מיר' אויב עס מאכט זיי העפי.
וואס זאל איך טון אויב א חוץ די נייעס מהנעשה והנשמע בחצ"ק, זעה איך נישט וואס איך האב אריינצורעדן אין דעם פארום.
שרייבן אוויף רז"ל דזשעקאזי פרענקפורטערס שיינע פאו'לעך וכדו' איז נישט מיין עסק. און איך ווייס נישט וואס אנדערע האלטן איך מיין אז עס איז נאריש.
איבערקייען איינמאל און נאכאמאל אז די זאלי'ס קראכן ברענגט מיר נישט קיין פארגעניגן.
און עס באדערט מיר אז אינגעלייט פארגעסן פונעם איסור בזיון ת"ח אפי' ווען ער האלט אנדערש ווי דיר. ר' אלישע האט עס זייער קלאר ארויסגעברענגט ביי איין אלף שמות, מיט די מעשה פונעם בעל דב"י מיטן התמנות פון מנחת יצחק אין ירושלים. א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט נישט קיין ת"ח...
דאס איז א חוץ דאס פערזענליך אראפרייסן מענטשן מצד השני אויף א פערזענליכער אופן וואס וויפיל מ'וועט זיך וועלן נארען ווייסט יעדער אז דאס איז אסור און א געפערליכע עוולה.
יא!, מ'קען זיין פון די רבבות המסתופפים בצל הקודש און רעספעקטירן א צווייטן אויך!
רבותי! זעט וואו אהין "דער בלאט" האט אייך פארפירט. מ'קען שוין נישט שרייבן צו דער זאך, און זיין אן אהרוני. אויב שרייבט מען גוט אזויווי פארמעגליך און משה ליב דייטש (כאטש וואס איך שטים נישט מיט מיט זיי, זענען זיי אבער געלונגענע שרייבערס), איז א סימן אז מ'איז א זאלי. פארוואס? צי זענען דען ר' הערשל פר"מ ר' וואלף דייטש ר' אלחנן פר"מ ר' פנחס גלויבער נישט קיין אהרונים? אדער נישט קיין גוטע שרייבערס?
צי ווייל ר' אלימלך דייטש נ"י וויל זיך שפארן געלט און פארדעם פארשווארצט ער ענקער פנים - זאלט עטץ נישט לאזן כאטש דא שרייבן איינעם צו דער זאך? ווען עס איז גענצליך אומזינסט?
איין זאך וואס איך קען ענק זאגן, און דאס, לזכותכם. די אהרונים שפארן געלט אין בלאט, און ממילא איז זייער פי. אר. אין דער ערד. די זאלונים שפארן געלט אין בית השחיטה און ממילא איז זייער כשרות אין דער ערד.
|
זאגסט זייער א וויטיגע אין שטארקע פוינט, אבער כ'מיין פין גימפעל דארף מען ניטש מורא האבען, אין אויב וועט זיך צו סוך ארויסשטעלן אז ער יא א צווייטע ניק פינעם באקאנטער בעקער, איז אויך נישט עק וועלט, נאכדעם וואס יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז ער פארטרעט נישט בכלליות אינזער מיינונג, פינקט ווי קיין שום היידפארק שרייבער.
גימפעל גוי עהעד! ודע מה שתשיב....
וויל איך בעטן ווער עס קען מיך העלפן מיטן טעקסט פון די דרשה זאל מיך עס שיקן gimpele@gmail.com
רובא דרובא שרייבערס דא זענען מער ערנסטע נאר האבען נישט אזויפיל צייט ווי די קווינס בחורים
וואס דארפסטו מער פראוו פון וויפיל "נאכגעמאכטע" ניקס דארט איז דא.
און דער עיקר, וואס האלט דער עולם דא פון מיין געשרייבערייען דארט?
איך וויל הערן אוויב דער עולם האט עפעס געוויסע פוינטס וואס זיי האלטן איך דארף צולייגן אדער אראפנעמען.
כ'ביך אויך איבערצייגט אז עמיצער וואס קען אנהייבן א דעבאטע צווישן די צוויי פארטייען אין אזא סארט פארמאט - וואו ער ווייסט אליין נישט [לכאורה...] ווער ס'איז דער מאדערעיטאר און וויאזוי יענער וועט דאס עווענטועל אויסנוצן, על אחת כמה וכמה ווען די אנפירער פון יענעם פארום געהערן קלאר צו די העכסטע אנפירער פון די זאליס - קען נישט זיין קיין אהרוני.
סארי גימפעלע.
אז עס וועט זיין, וועל איך מיך דאמאלטס זארגן.
פון א מבקש האמת וואלט איך עקספעקטעד צו האבן אדורך געליינט מיינע תגובות איידער ער שרייבט א תגובה כנגדי.
איך האב הנאה פון זיין "סטייל" שרייבען, אבער דער אפציעלער פארטרעיטאר פון די זאלי פארטיי שטעלט זיך נישט אינגאנצען צו אויף א דעבאטישען אויפן
בנוגע דיינע תגובות. היות איך האב קלארגעשטעלט אז איך טראסט דיר לגמרי נישט (עם כל הכבוד) האב איך גארנישט פון דורכקוקן דיינע יעצטיגע תגובות, אויב איז ריכטיג אז דו שפילסט אהרוני דאן שפילסטו דאך יעצט.
א סאטמארער האט נישט וואס צו זוכן דארט. און א סאטמארער וואס שרייבט דווקא דארט און נישט דא איז סוספישעס.
גימפעלע, מי שמך לאיש? קיינער האט דיר נישט געבעטן זאלסט זיך ארויסשטעלן פארטרעטן אונזער צד. לא מעוקצך ולא מדובשך.
דו האסט נישט קיין שום רעקארד דא ביי אונז. אויב עפעס וואלט אזא כיבוד געדארפט גיין צו יאנקעלע אדער קושקע, וכדו' און פארשטייט זיך נישט דארט.
אז דו וועסט ליינען מיינע תגובות, דוכט זיך מיר אז דו וועסט זען אז דאס איז שווער צו בלאפן.
און ווי אויך איז נישטא קיין מאדעירעטאר איך פרעג די קשיות
(הערה: נישט אז איך שטיץ דאס שרייבן דארט אין אלגעמיין, אבער אז ס'איז שוין דא איין מענטש וואס קען זיי יא שטעלן אין פלאץ, דארף ער דאס טוען. און דאס אים אראפרייסן דא [דורך א שלשה שהם אחת..] איז 'זייער' נאריש).
אה אה
כ'האב הנאה איינער עפנט זיך שוין דאס מויל, איך נעם נישט קיין שטעלונג ווי גימפעלע באלאנגט, מעגליך אין מאנטרעאל.... וד"ל, אבער וואס עפעס באוואשן איינעם ווייל ער שרייבט אין צווייטן פארום, ווען רוב אשכולות אין דעם פארום זענען פול מיט שטותים, יא דארט איז פול מיט רשעות און בזיון ת"ח, אבער ענטפער ווי א מענטש און שרייב ווי א מענטש, ווי צוויי געגנזייטיגע צדדים, נישט ענטפער ווי א כתה א' יונגל.
"דער פוסק" אפגעזען זיין רעקארד האט למעשה גוט ארויסגעברענגט דעם פוינט, פון דער בלאט און דער איד, און דער חילוק צווישן דעם פארום אין יענע, אז דא שרייבט יעדער אינגערמאן צוויי חדשים נאך די חתונה ווען ער גייט ארבעטן און האט צוטריט צו א קאמפיוטער, און דארט שרייבן אלע ריטייערטע יודן.
מיר שיינט אז די גאנצע כעס איז אויפן מי בראש, ווער האט דיך געפרעגט? און נאך אזעלכע קשיות?
ארגינעלער זאל מוחל זיין און ענטפערן ווער ס'האט אים געפרעגט
הייד פארק איז נישט באשאפן געווארן פאר מענטשן וועם מען פרעגט, ס'איז באשאפן פאר מענטשן וועם קיינער וויל נישט אויסהערן קומט ער זיך דא אויסגעבן.
למשל ס. ט"ב א פארדראגטער צורודערטער משוגענער, מיינט עטץ איינער קוקט אפילו אויף זיין זייט, ביי זיין שווער אינדערהיים קען מען נישט רעדן קיין פאליטיק, וואס טוט מען, מען געט זיך דא אויס
עניוועי, אזוי ווי עטליכע האבן קלאר געשטעלט, קהל האט נישט אויפגענומען גימפל, און אפילו אויב וועט ער ברענגן בזיונות פארטרעט ער אונז נישט אפיציעל.
א סאטמארער האט נישט וואס צו זוכן דארט. און א סאטמארער וואס שרייבט דווקא דארט און נישט דא איז סוספישעס.
גימפעלע, מי שמך לאיש? קיינער האט דיר נישט געבעטן זאלסט זיך ארויסשטעלן פארטרעטן אונזער צד. לא מעוקצך ולא מדובשך.
דו האסט נישט קיין שום רעקארד דא ביי אונז. אויב עפעס וואלט אזא כיבוד געדארפט גיין צו יאנקעלע אדער קושקע, וכדו' און פארשטייט זיך נישט דארט.[/quote]
ארגינעלער קיפ אין מיינד, דער פארום דא איז ביי ארונים, דורך ארוינים, און פאר ארונים, די מנהלים דא פירן א מערכה קעגן זאלונים.
ארגינעלער, מי שמך לאיש? דו האסט נאך אין די לעצטע יאר צייט נישט געשריבן קיין נארמאל ווארט, אויסער מאכן שיינע גראפיקס אויף דיין בילד מיט וועקי אינטער דעם, און פארשטייט זיך אס עס פאראינטערעסירט פאר מענטשען גאנץ קנאפ וואס דו שרייבסט ווען ביסט פארנומען א גאנצן טאג שרייבן שטותים און לאקשען געמישט מיט קללות.
אנדערש איז גימפעלע וואס האט גענומען א נארמאלע וועג, און האט זיך געשטעלט דיפענדן זיין זייט אויף א נארמאלע וועג, מיט זאכליכע טענות אן די אלע נארישע זאכן רינגס ארום, און ווי מאדנע געטס א קוק ווער ס'קריטיקירט אים? דער וואס האט נאך קיין נארמאל ווארט נישט ארויס געברענגט אויף זיינע לעפצן.
קיינער דארף דיך נישט דא האבן.
דער מנהל דא האט נאך קיינמאל נישט באקריוודעט א זאלי, ווי ווייט איך ווייס.
די מנהלים דארט טרייבן ליצי ליצנות פון דיר, דו נארישער און פוסטער שוטה, יעדער אשכול וואס דו עפנסט אויף ווערט ארומגעטוישט און ארומגעבאבערט.
דו פירסט פי. אר.? וואס? א בחור'ל מיט א בלעקבערי? ער פירט די פי אר פאר די אהרונים?
מנהל, מאך א נייע תקנה, ווער ס'שרייבט דארט קען נישט שרייבן דא.
וואספארא חוצפה דאס איז צו שרייבן דארט און קומען בעטן דא פון דעם ציבור צו געבן שטאף אז ער זאל עס קענען שרייבן דארט!!!!
איך האלט נישט פון אזא תקנה, ווייל דער וואס וויל שרייבען אויך דא (כאטשיק ער עקלט זיך פון אונזער פורום...) וועט ווייטער שרייבען מיט א צווייטען ניק, לאזט אים יא ניטצען די זעלבע ניק וועט מען כאטש וויסען מי ומי ההולכים...
עס טוט מיר וויי צו זעהן מיט וואספארא שנאה דו שרייבסט כנגדי, בפרט ווען איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיינע רבי ז"ל ארטיקלעך, און פון א שכל הישר כמותך האב איך עפעס אנדערש ערווארטעט.
הלוואי זאל ווען דער פארום באשטיין פון לויטער אזעלכע תוכנ'דיגע ארטיקלען כמו מה שכתבת, כי אז החרשתי.
איך וויל נאכאמאל ווידערהוילן אז איך פלאן נישט צו זיין גאט ב"ה'ס פאליסמאן דא. מיין לעצטע תגובות איז נאר געווען צו ווייזן פארוואס עס גלוסט מיר נישט צו שרייבן פאליטיק דא מהטעמים שכתבתי.
איך פארגין יעדעם וואס עס פארגלוסט זיך צו שרייבן ככל העולה על רוחו, עס טוט מיר נאר ווי ווען דאס איז אויף א פאבליק פארום וואס מאנכע האלטן עס פאר א אפיציעלע זאך מטעם עדתינו, און דערמיט איז מען מבזה ומשפיל לדעתי כ"ק רבינו שליט"א ווי די גמרא וואס איך האב מעתיק געווען זאגט.
אז מ'וועט מיר אויסשפארן וועט מיר עס נישט וויי טון איך וועל העכסטענס זיך קענען מער צופלייסן אין מיין פארנאכלעסיגטן דזשאב און מאכן מער געלט.
איך האב נישט געפלאנט צו ווערן א פאליטיק שרייבער נישט דא און נישט דארט, אז דו וועסט וויסן מיין אידענטיטעט וועסטו פארשטיין אז דאס איז לגמרי נישט פאר מיר. איך האב געפענט מיין ניק בעיקר צו שרייבן אויף ספרים וסופרים וכדו'. עס האט מיר נאר וויי געטון צו זען מיט וואספארא זיכערקייט די זאלונים דרייען זיך ארום מיט פארמעגליך'ס מעשיות, און איך האב דעריבער באשלאסן צו שרייבן דארט מיט קאלטע לאגיק און רעדן בדך כבוד צו יעדן וואס דאס איז לענ"ד געווען גאר עפעקטיוו קעגן די ווילדע מאנאלאגן וואס מ'איז צוגעוואוינט צו הערן דא אויף היידפארק אלס תגובות.
אבער אזעלכע אויסדרוקן כנגדי ווי פוסטער שוטה, בחור'ל מיטן בלעקבערי אנטושן מיר לגמרי און דיר מיין טייערער סופרעמעסי.
תוקן על ידי gimpele ב- 10/09/2009 12:39:28
דאס שרייבט גימפל דארט
"חשוב'ע חסידי מהרז"ל,
אויב מאיזה סיבה פילט איר אז איר פארמאגט אנדערע טענות און הוכחות כנגדי, און איר ווילט נישט וויי טאן מיין חשוב'ע קאלעגע גימפעל מיטן זיי שרייבן דא.
קענט איר מיר שיקן א אימעיל און איך וועל אייך ענטפערן, אויב איך וועל האבן וואס, אויך אויף אימעיל.
א דאנק, gimpele@gmail.com
דברי גנאי ובוז אדער קללות, אויב פילט איר דערין א נויט, ביטע שיקן נאר אין אישי און נישט אין אימעיל."
תוקן על ידי gimpele ב- 10/09/2009 17:10:43
ענה כסיל כאולתו פן־יהיה חכם בעיניו זאגט שלמה המלך, האב איך געשריבן אז איך בין יא גרייט עס צו הערן.
נאר אויב וויל מען אים נישט וויי טון, קען מען מיר שיקן א אימעיל.
מיין טעות פון שרייבן גימפעל איז דאס וואס עס איז א סימפל טעות.
סתם שרייבען אין די זאלי פארום אין פירן א דיסקאשען אויף זייערע געבעקסן איז א נערישע אין אומ'שכל'דיגע זאך, אין אויף יענע ניקס קען מען האבען טענות.
אבער אויב קומט איינער אין ווייזט אויף פאר די פרעמדע באזיכער אין זייער פארום, ווי אפגעפרעקט זייערע בעקערייען זענען, אין ווי זיי טרעטן אויף די תורה, טוט ער א גיטע זאך. {- פארשטייט זיך די זאלי'ס וועט ער נישט קענען איבערמאכען ווייל השאנה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.}
חזק ואמץ, ווען די וועסט ענדיגען דיין ארבעט, אין וועסט קענען צייגען פאר יעדן דיין סוקסעס וועט יעדער זעהן אז איך בין גערעכט.
אבער כ'וויל קלארשטעלן: וואס יעדער ווייסט: גימפל'ס מיינונג איז א דעת יחידאה, אין טאמער רעדט ער שטותים אד''ג זאל קיינער נאר שרייען נאר אויף אים.
נאכדעם וואס ער האט מיט האלבע ווערטער געמוזט מודה זיין אז שאול פערלשטיין האט זיי פארקויפט פרעכע שקר ביי די ביה"ח דרשה, און נאכדעם וואס וויפיל ער האט פרובירט צו פארדרייען די שמועס איבער די קבורה פון ר' זילא פערשטיין ע"ה, פרובירנדיג ארומצודרייען מיט אלע שקרים און סתם געפילישע בלאזערייען פונעם "איד", האט זיך גימפעלע געהאלטן אויף זייער א גראדע ליניע או איבערגעגאנגען מיט אים נאכאמאל און נאכאמאל די טרוקענע פאקטן, האט ער זיך דערזעהן מיט "איין" פארבליבענע אפציע, נעמליך:
אויפגעבן!
כי יסכר פי דוברי שקר.
נאכדעם וואס פארמעגליך האט ''נישט געהאט קיין צייט'' {די זעלבע ת' וואס זיין רבי ענטפרט ווען מ'רעדט אין לערנען} צו ענטפרן די סתירת אויף זיין פארבריקאציע
אין ער האט דערפאר געשיקט דעם חכם פימפענאטער אין ער איז פליצלונג נעלם געווארען.
כ'לייג דא א לינק צו די דעבאטע, פאר די אלע וואס ווילן נישט אריינגיין אין דעם שמיציגען פארום, דא האט איר א דירעקטע לינק
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2682180&forum_id=20420
I ithink a lot of people here might enjoy it
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2678286