פין אישי
דער פאשקעוויל דבר יום ביומו, רופט אן יעדן בעל שמחה אין דרייט שטארק אראפ א קאפ,
אז דער גיט מארגען קומט נישט אן אין רוב בתי מדרשים, וכו' אין אויב ווילסטו האבען מענטשן ביי דיין שמחה לייג אריין אין אינזער צעטיל, ער בעט זייער א רויבערישע פרייז פאר איין שירה פין א ס''מ , ווי אויך האט ער א בעיבישע צינאמען פאר יעדע שול וואס גייט נישט אין שפאן מיט די גזלנים וחמסנים, וועם ער דינט ערליך.
אבער ווען מ'הייבט נישט אויף, לייגט ער אסאך מאל בחינם, (איינמאל מ'הייבט אויף אדער מ'רעדט צו אים בעט ער געלט)
אין מציאות קומט אן דער גיט מארגען אין ביי יעדע ביהמ''ד אין וומ''ס, חוץ ביי די זאלי שולען,
ס'איז סאך געשמאקער אין ב'טעם'טער צו ליינען, אין ס'איז נקי מחשש לשה''ר, אין ער האט נישט קיין ביזנעס אדווערטייזמענט אין די ערב שבת'דיגע צעטיל.
פין די ערשטע טאג האט ער עס געטראגען צו אלע שולען, אבער ציליב די חוצפה פין נישט גיין א שפאן האבען די זאלי'ס אים גערופן אין געסטראשעט אויב ער וועט נאך איין מאל זיך וואגען צו לייגען זיינע צטעליך אין זייערע שולען......, אין וויסענדיג ווער זיי זענען האט ער אויפגעהערט צו לייגען אין די זאלי שולען - הגם די צעטיל פלעגט זיין זייער נייטראל
עס איז כדי צו באמערקען אז ער האט נישט געזעהן קיין שום ערנסטע פאלוסט, זייט ער האט אויפגעהערט צו לייגען אין די זאלי שולען.
ביי אלע פלעצער ווי עס ווארטן ציפרי קווינס אין פיטום בחורים אויף די באס פלעגן זיי אויסליידיגען די גיט מארגען האלטער, אבער ער האט עס אפגעשטעלט, נאכען האבען ריקארדעט ווידיא'ס צימאל פין די שמשים אין צימאל דורך אנדערע וועגן (דורך וועגן וואס כ'קען נישט שרייבען).
דער פאשקעוויל: איז מוקצה מחמת מיאוס, קיין שום פאשקעוויל האלט ער זיך נישט ציריק פין אריינלייגען, זאל עס זיין קעגן הגאון האדיר רבי אליקום שלעזינגער אין די הייליגע וועד להצלת בתי עלמין, בראש פין די גדולי אירופה, זאל עס זיין סיי וועלכע קהילה, זאל עס ר' א'י אברהאם, אין פארשטייט זיך, אז דאס איז די סיבה פארוואס קיין נארמאלער מענטש נעמט דאס נישט אין די האנט.
אין צום אויספיר: מ'דארף דן זיין לכף זכות די אלע היימישע שמחות וואס זענען געשטאנען אין דעם אויבערדערמאנטען פאשקעוויל, ס'קען זיין אז ער האט עס געלייגט בחינם.
אגב, היינט האט ער אריינגעלייגט א מעלדינג מכלומרשט פין די קלויזענבורגע קהילה מ'זאל שטיצען די תואיבה'ניק אין די וואלען, קעגן א היימישער יוד,
קען ער מיר איינער זאגען ווער פין קלויזענבורג האט עס אריינגלייגט????
קלויזענבורגע יודן לייקענען סיי וועלכע פארבינדינג מיט דעם תואיבה'ניק, אין זאגען אז זיי וועלן קיינמאל נישט שטימען פאר א גוי - ספעציעל א תואיבה'ניק ווען ער לויפט קעגן א היימישע יוד - ספעציעל איינער מיט א גיטע היסטאריע.
תוקן על ידי rebyankel ב- 07/09/2009 23:46:28