היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ק"ק סאטמאר-בארא פארק אינדארסירט דזשאן האיער פאר סיטי קאנסול ...

ק"ק סאטמאר-בארא פארק אינדארסירט דזשאן האיער פאר סיטי קאנסול ...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2682078

39Power » 3/9/2009 21:42

ק"ק סאטמאר-בארא פארק אינדארסירט דזשאן האיער פאר סיטי קאנסול 39'סטע דיסטריקט
[בילד – נישט אפגעהיט]

39Power » 3/9/2009 21:55

 נאך עטליכע זיצונגען און דן זיין פארשידענע צדדים, זענען די עסקנים פון מוסדות און קהילת סאטמאר געקומען צום החלטה צו אינדארסירן פאר סיטי קאנסול אין די 39סטע דיסטריקט וואס נעמט אריין אין זיך א גרויסער חלק פון בארא פארק, ווי די סאטמארע מוסדות התורה און קהילה איז היינט די גרעסטע אין שטאט, דעם קאנדידאט דזשאן האיער.

דעם מאנטאג אינדערפרי איז פארגעקומען א הערליכע אויפנאמע פאר דעם קאנדידאט דזשאן האיער מיט זיינע באגלייטער, וואס האט אריינגענומען די בארימטע עסקנים ווי ר' שמואל לעפקאוויטש הי"ו, ר' יושע עסטרייכער הי"ו און נאך, אינעם אפיס פון דעם ענערגישען מנהל פון די סאטמארער מוסדות התורה אין בארא פארק הרב החסיד איש המעש ורב פעלים ר' אהרן וועלץ הי"ו,[בילד – נישט אפגעהיט] ווי עס האבן אויך אפגעווארט די אנדערע חשובע עסקני המוסדות הר"ר נפתלי קלאגסברוין הי"ו, הר"ר יוסף שטערן הי"ו, הר"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו, הר"ר יעקב לאנדא הי"ו און נאך, ווי מען האט געהאט דעם געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט דעם קאנדידאט.

נאך א ווארעמע באגריסונג, האט דער קאנדידאט גענומען זיין ווארט שטארק ארומשמועסענדיג איבער זיין הילף פאר ישיבות און מוסדות וואס דאס איז איינע פון די קאמפלעצירסטע זאכן אויף וואס מיר ראנגלען זיך אין די טעג, צו קענען אנהאלטן דאס עקזיסטענס פון די מוסדות התורה.

דער קאנדידאט האט ארויסגעברענגט פארשידענע געדאנקען און רעיונות וואס קען העלפן די מוסדות און שטארק ארומגערעדט איבער "פרייאריטי 7" וואס קען שטארק ארויסהעלפן לאה אינקאום משפחות און שטארק העלפן די מוסדות, אויך בנוגע הילף פאר די סקול באסעס טרענספארטאציע ווי אזוי די מוסדות התורה וואלטן געקענט האבן הילף.

עס איז אויך שטארק ארומגעשמועסט געווארן איבער פארשידענע פראגראמען וואס זענען שוין אפראווט געווארן דורך פארשידענע אינסטאנצען נאר די מוסדות התורה זענען נישט קלאר אין דעם צוליב וואס די אנדערע קאנדידאטן ווילן נישט רעדן דערפון, [בילד – נישט אפגעהיט]צוליב דעם וואס זענען ווילן נישט אויפוועקן די יוניאן פון די פאבליק סקולס וואס זיי זענען געווארן אינדארסט דורך זיי.

אויך האט דער קאנדידאט פארגעשטעלט זיינע פלענער איבער אנדערע פארשידענע זאכן וואס ער פלאנט אהערצושטעלן פאר די איינוואוינער, ווי דער פראיעקט וואס ער האט יעצט אנגעהויבן איבער רעפארטן פארשידענע זאכן וואס דארפן פארראכטן ווערן אין דעם געגענט, און עס גייען אדורך וואכן און חדשים און קיינער טוהט גארנישט דערצו, דעריבער האט ער יעצט אהערגעשטעלט אזא פראיעקט וואס מען שיקט אריין א בילד און א קורצע צייט וועט דאס פארראכטן ווערן.

די עסקנים האבן געשטעלט פאר דעם קאנדידאט פארשידענע פראגעס איבער זיין שטאנד פונקט פון פארשידענע געזעצן און מאראלישע נושאים וואס גייען פאר היינט צו טאג אין אמעריקע, וואס דער קאנדידאט האט איבעראל קלאר ארויסגעזאגט זיין מיינונג, וואס איז גאר אויסגעהאלטן פאר די אידישע בירגער.

נאך א לענגערע משא ומתן זענען די עסקנים ארויסגעקומען פה אחד [בילד – נישט אפגעהיט]צו אינדארסירן דעם קאנדידאטור פון דזשאן האיער פאר סיטי קאנסול, ער איז דער איינציגסטער קאנדידאט וועלכע וועט פארטרעטן אונזערע אונטערעסן.

אין די קומענדיגע טעג וועט דער קאנדידאט באזוכן ביי רבני ודייני הקהילה פון סאטמאר אין בארא פארק אפצונעמען זייער שטיצע און ברכה אויף הצלחה בכל הענינים.

אין די טעג גייען פאר באראטונגען צווישען די עסקנים המוסדות והקהילה פון סאטמאר ווי אזוי צו פארארבעטן אז מען זאל קענען ארויסברענגען די מערסטע מאס שטימער'ס פון די איינוואוינער אין דעם דיסטריקט, צו קענען אריינברענגען דעם קאנדידאט דזשאן האיער, אז יהדות בארא פארק בכלל און סאטמארער קהילה בפרט זאל האבן א שטארקע פארטרעטער און סיטי קאנסול.

rebyankel » 3/9/2009 22:56

לאור זאת קען מען זיך רישען אז די הולכים בערכעות פין ב''פ אין שפיץ פינעם בן השני פינעם בן השלישי וועלן אינדארסירן א אנדערע קאנדידאט (זייער פירער וועט שוין טרעפן אין ב''פ איינער וואס שטיצט חוקי תואיבה, אזווי אין וומ''ס)
זיי האפען אז איינער וועט קוקען אויף זייער זייט.....

אגודיסט » 6/9/2009 07:41


דזשאן האיער איז שוין אינדארסירט פון די גרעסטע און חשוב'סטע קהילות און מוסדות אין בארא פארק - סאטמאר - בעלזא - ראחמסטריווקא - פאפא - וויזניץ - חתן סופר - תורה תמימה - ווי איך הער וועט אין די קומענדיגע טעג זיין נאך אפיציעלע אינדארסמענטס, עס איז זיכער אז מיר מוזן ארויסגיין ג' סליחות אין שטימען "דזשאן האיער פאר סיטי קאנסול"

די האיער קאמפיין האט געהאט דעם שבת א הערליכען גליון און אלע בתי מדרשים - ביטע ווער עס קען זאל דאס פאסטן אז יעדער איינער זאל דאס קענען מיטהאלטן

אגודיסט » 6/9/2009 07:48

פארגעסן אויך הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא האט שטארק אינדארסירט
ווי מען קען דאס זעהן אויף די ווידיא אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=w1PjPN6oKxc

אויך איז כדאי צו קוקן די אנדערע לינקס פון גדולי ישראל ווי
כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א נשיא אגודת ישראל
http://www.youtube.com/watch?v=tM0GUFylNKs

כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א
http://www.youtube.com/watch?v=y7G7uS8h1BI

הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א
http://www.youtube.com/watch?v=YA4vyXmfo5c

הגה"צ רבי גבריאל ציננער שליט"א
http://www.youtube.com/watch?v=ChLh2xD90Wg

עפשטיין » 8/9/2009 18:24

איך האלט אז מען דארף וואטען פאר אזא סארט קאנדידאט וואס פארטרעט אונזער דעות אין אינטרעסען אפילו מען איז זיכער אז מען גייט פארלירן כדי אז יעדער וואס וויל לויפען אין א היימישע געגענט זאל וויסען אז מען קען אונז נישט אפקויפען מיט א נזיר עדשים מיט חנפענען זעלבסט געקרוינטע עסקנים וואס פארטרעטן נאר זיך.

מוסדות סאטמאר איז דער וועג ווייזער פאר יעדען.

prod2 » 8/9/2009 20:02

מוסדות פאפא בארא פארק האט אים אויכט אינדאסירט