רענדענדיג צו א עלטערע איד וואס האט זיך שוין באטייליגט אין געווען אקטיוו אין עצרת'ן קעגן דעם שלטון הרשע זאגט ער מיר:
אפי' די אפגעטיילטע וואלטן יא געוואלט מאכען דעם פראטעסט מיטוואך אינאיינעם וואלטן מיר געהאט א שווערע פראבלעם,
ווייל ווי יעדער געדענקט, בערך פאר 10 ציריק אדער מער, האט די אגודה געמאכט א ריזיגער פראטעסט אין זיי האבען שווער געארבעט אז די היימישע עולם זאל זיך צאמשטעלן מיט זיי {ס'געווען קעגן א גזירה וואס יעדער איז געווען איינשטימיג דערקעגן} אין דאן האט רבינו שליט''א נאכגעזאגט וואס מר אביו {ז''ל} האט געזאגט אין מ'האט זיך מיט זיי נישט צאמגעשטעלט וויבאלד זיי זענען איינשטימינג מיט די ציונים אויף געוויסע זאכען טאר מען זיך מיט נישט צאמשטעלן אפ' אויף א פראטעסט אפי' קעגן די ציונים, (כ'האב פארגעסן דעם לשון פינקטליך, ווער עס געדענקט די לשון זאל ביטע פאוסטען) די זעלבע פראבלעם וואלטן מיר יעצט געהאט ווען מיר וואלטן זיך ווען געדארפט צאמשטעלן מיט מענטשן וואס אנערקענען אפיציעל אין זייער חוקי סדום אין קלאגען אינזערע מוסדות אין ארה''ק אין זייער ציוניסטישען בית משפט אן קיין שום היתר, קעגן די התראה פין די גדולי ישראל שליט''א, {א זאך וואס אפי' די אגודה טוט נישט....} ר''ל
אבער ב''ה דער אייבישטער האט זיי אריינגעגבן אין קאפ, אין זיי טיילן זיך אפ, מאכענדיג אליין די פראטעסטן ווי דארט האבען אויפגעטרעטן די שוואכערע סארט עלעמענטן, וואס האבען שמיציגע רעקארד'ס, וואס פאר דעם אליין וואלטן מיר נישט געדארפט משתתף זיין, אין יעדער האט געזעהן וואס זייער כוונה איז געווען וד''ל
תוקן על ידי rebyankel ב- 07/09/2009 21:06:05