ממחרת בית פאלאק לאט
מען האלט שוין צוויי וואכן דערנאך איינער האט געוויינט, איינער האט געשריגען, איינער האט געלאכט איינער האט געטאנצן, און איינער האט אפילו געמאכט קולות מיט יאמערליכע געוויינען חמסנים...
איצט האלט מען שוין ממחרת, איז כדאי אביסל צו לייגען די גאנצע זאך און עס באשרייבען מיט קופערלעך.
עס איז דינסטאג אינדערפרי רז"ל דער "עכטער" סאטמאר רבי ריפט א מיטונג אין שטוב פונעם "עכטער" מעיאר פון קרית יואל, און ריפט דארט די "עכטע" ראשי הקהלה פון קרית יואל, און זאגט אז די סאסמאן קהלה איז אין דער ערד, מען צאלט שוין נישט די מלמדים פאר 4 חדשים, מלמדים סטרייקן, מנהלים זאגן זיך אפ, טיטשערס גייען אוועק, עס איז נישט דא קיין פעני, טשעקס מאכן בואי בשלום, א חורבן עולם, מען קלאגט איכה, וואס טוט מען דא?
די חכמי הכעלעם זיצן און דער ראש קומט אויף מיט א מורא'דיגע פלאן, אז די עיקר פראבלעם דא אז די קהלה איז א שיף אן א רידער, יעדער טוט זיך וואס ער וויל, מען הרג'עט זיך איינער מיטן צווייטן, די אינגע מיט די אלטע זענען צוריסען אויף טויט, פון די אנדערע זייט די אהרונים דא אין קרית יואל מאכן א לעבן, אלעס באלאנגט צו זיי, אפילו די גארביטש טראקס מיט די פייער לעשערס, די זאמד מיט די מיסט אלעס פירן זיי, און די זאליס זענען טיף טיף אין דער ערד.
אשר ע"כ קומט ער אויף מיט א באמבע פלאן אז מען גייט טוישען די סאסמאן נאמען (קהל ויואל משה בלע"ז), צו קהל יטב לב דסאטמאר... מען גייט גזלן און חמסנים דעם נאמען... עס ווערט גלייך באשטעטיגט דער עולם שמייכעלט פון איין עק ביזן אנדערן, מען נעמט אויף א פרעזידענט, ראשי קהלה, טובים, אפילו אן עכטער עהרן פרעזידענט... צווישען די אויפגענומענע איז ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש פרעזידענט, און ר' עוזיאל פערלשטיין טובי הקהלה.
עס איז פרייליך מען וואונטש זיך לחיים, אין דער ערד מיט אלע פראבלעמען, ווי די בארלינער וואנט טראסקט אן א שאס, אלעס איז מסודר, די אהרונים גייען אונטער, די זאליס זענען על הגובה. דאס איז נאר אנהייב איז די מעלדונג, טאמער עס וועט נישט ארבעטן, וועט מען טוישן די נאמען פון ווילידטש אויך...
איין מינוט - פארגעסט נישט אז רז"ל איז נישט איינגעשטאנען אין זיין טאטען הויז אין קרית יואל, וואס ער האט אמאל פרובירט צו גנב'נען, און די ראשי הקהלה האבן דאס פארמיטען ב"ה, און מען האט ארויסגעווארפן די סאסמאן חברה, און איבער גענומען די הוי, אינמיטען ווען זיי האבן עס אנגעהויבען עס איינרישען פאר א תלמוד תורה. אויך איז כדאי צו באמערקן - אז דעמאלס האט משה פראדל געשיקט אן הזמנה פון התאחדות איבער די הויז, ראשי קהלתינו האבן גלייך געמאלדען אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה, מען איז איינגעגאנגען אויף א זבל"א, און נאך די ערשטע זיצונג, ווען דער שליש ר' אברהם ברוך ראזענבערגער שליט"א האט געזאגט אז דאס איז איין דין תורה מיט גאנץ סאטמאר, און מען דארף ברענגען שטרי בירורין, זענען די זאליס מער נישט צוריק געקומען.
צוריק - ר' עוזיאל פערלשטיין גייט אהיים, ער רעדט מיט זיין טאטע שאול פערלשטיין, זיין טאטע וואונטש אים נאכמאל מזל טוב אויף זיין נייע התמנות, און דערנאך פרעגט ער אים ווי עס האלט מיט די אפקויף פון די 3 לאטס, ער זאגט אים אז עס איז גרויסע צרות, די חברה ברעכן זיך נישט און זיי בעטן א ביטערן פרייז, אבער אזוי פיל זאגט אים עוזיאל, אז טאמער איך שטארב וויל איך ליגן דארט, דאס איז מיין רצון און נאר דארט וויל איך ליגן, און נישט אין די ביה"ח הישן.... (כפי עדותו פון שאול פערלשטיין בהספדו).
די נייע "עכטע" ראשי קהלה וואס האבן אלעס איבער גענומען פלוצלינג, פאלט אויף זיי אזא גאר ריזיגע שווערן עול, שטייען אויף די נעקסטע מיטוואך אינדערפרי, גיסן זיך אפ נעגל וואסער, ווישען זיך אפ די פנים, מאכן זיך די צאן, און ויקץ זיי ערוועגן זיך און זעהן זיך מיט א געטוישטע נאמען, מיט א טיטול אן א מיטול, א זאק מיט חלומות דמיונות, חספא וחמסנים, גראבע און דארע קיען... אלעס בלייבט ביים אלטן...
אביסעלע ארויף, וועקט זיך אויף א איד ר' זלמן פאלאק, ער שטייט אויף פון שלאף, ער ריפט אן ר' אברהם בער יאקאבאוויטש, און זאגט אים די שלעפסט מיט מיר שוין ארום 2 חדשים, איך האב טאקע א דיפאזיט פון 210 טויזענט דאלער, אבער וויסן זאלסטו אז איך געב דיר נאר נאך ביז די ענדע AUG, צו קלאזען אויף די 3 לאטס, אז נישט איז דיין געלט פארפאלען, אברהם בער שטאמפעלט אהער און אהין, אז ער וועט רעדן מיט יודא אליעזר יאקאבאוויטש וואס נעמט קער, און מיט עוזיאל פערלשטיין די ריעל עיסטעט בראקער וואס פארהאנדעלט איבערן לאט, און נאך תירוצים.
די מעשה מיט די לאטס איז אזוי: די 3 שכנים וואלהענדער, פאללאק, רייכמאן האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א בונד אז זיי פארקויפן נאר די אלע 3 לאטס אינאיינעם, וויבאלד אברהם בער איז געלאפען פון איינעם צום צווייטען אראפ האנדלען מיט יעדעם די פרייז, האבן זיי אפגעמאכט אז זיי דארפן 4.2 מיליאן דאלער פאר די דריי לאטס, אזוי האט ער נישט קיין ברירה און וועט מיזן אלע קויפן פאר דעם שרעקליכן טייערן פרייז.
די זאליס האבן זיך געזעהן אין א צרה די פרייז איז א שרעקליכע, האבן זיי פרובירט צוברעכן די בונד, אבער זיי האבן זיך געהאלטן פעלזן פעסט, זיך נישט גערירט, די זאליס האבן נאר געדארפט 1 לאט, וואס איז זיי איבער איבער גענוג, די 3 זענען אויך געגאנגען צו די נישט עכטע... קהל ר' דוד עקשטיין צו קויפן די לאטס, אבער ער האט זיי געזאגט אז אלע 3 אינאיינעם איז נישט ווערט קיין מיליאן דאלער, און פאר די פרייז זאלן זיי עס פארקויפן פאר א צווייטען.
אברהם בער האט בלית ברירה געבען א דיפאזיט פאר די 3 לאטס פון 210 טויזענט דאלער, נאר א ביינדער אז טאמער די זאליס פארלירען די סטעי אינעם אפעלאט געריכט דעמאלס גייט ער עס אפקויפן, למעשה האט פאסירט וואס האט פאסירט געלויבט צום רבוש"ע, די אפעלאט האט ארויסגעווארן די סטעי, איצט זענען די זאליס געבליבן אנעם בית החיים אין נאר מיט א ביינדער, מיט אביסעלע טינט דעראויף.... שאולי פערלשטיין בלייבט לחרפה, יעדער לאכט פון אים, מען קאלערט זיך פאר געלעכטער פון זיין דרשה, דער עולם ליינט איבער און איבער זיין דרשה מיט זיינע הבטחות, און מען דערמאנט זיך פונעם איראקער אויסערן מיניסטער... אלעס בלייבט ביים אלטען...
לאמיך נאר דא מפסיק זיין א מינוט - דעם פארגאנגענם מאנטאג פרשת במדבר איז נפטר געווארן ר' הערשל זילבערמאן ע"ה פון א"י, וואס ער איז געווען די פאריוואטע פיסאכלאג פון רז"ל, ווען רז"ל האט געהאט א שווערע מינוט ווען ער פלעגט ציווילדערוועט ווערן און כאפן אן אטאקע, - למשל ווי פארלירען די בית החיים - פלעגט מען שנעל רופן ר' הערשל און ער פלעגט אים גראד שטעלן, טאמער עס האט נישט געארבעט פלעגט ער שנעל קומען צו פארן קיין אמעריקא און זיך אראפ זעצען מיט אים אין אים נארמאל מאכן – שפעטער וועל איך מסביר זיין ווי עס איז נוגע.
ויהי ממחרת דארנערשטאג פארטאגס, דער איד גייט צום דריק, עס שטייט נישט קיין ווארט אז מען האט געטוישט די נאמען פון די סאסמאן קהלה, פארוואס? ווייל משה מאנראער מיט שלמה מיכל ראזנער און נאך, האבן זיך אויפגעוועגט די נעקסטע טאג פון חלום, אין זיך דערזעהן אז מען האט פורים געמאכט, און יעדער לאכט פון זיי, האבן זיי פארפירט אז מען זאל נישט טוישען דעם נאמען. בינו לבינו האט שוין דער איד געדארפט גיין צום דריק, איז געבליבן לעת עתה שרייבט מען נישט דערוועגן.
זייטיג - א אינטערסאנטע זאך איז יא געווען אין דער איד, די מילטעסטע פעטש איז געווען א ריזיגע קאלערדיגע עד, אז א אינגערמאן ר' דוד משה מענדלאוויטש האט זיך פארהערט גאנץ ש"ס, און שטייט דארט אידערמיט אזוי: עמד על הבחינה אצל הרבנים הגאונים הצדיקים מגדולי דורינו שליט"א, וזכה ליכנס פנימה ולהתברך אצל כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א... יא לאכט נישט עס שטייט נישט אין דער בלאט... נאר אין דער איד! רז"ל פארהערט נישט נאר א ברכה גיט ער, פארוואס? אם... אה... פרעגט ר' שימעלע...
אין קרית יואל פאנגט שוין אויך אן ליכטיג צו ווערן אין א אידיש הויז פאסירט א שרעקליכע אומגליק, ל"ע, דאס ארגסטע וואס קען נאר זיין ה' ירחם.
המשך יבוא
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/09/2009 8:56:23