היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריזיגער פראטעסט מארגן 2:30 דורך התאחדות הרבנים

ריזיגער פראטעסט מארגן 2:30 דורך התאחדות הרבנים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2680968

לולא_תורתך » 2/9/2009 06:33

יעצט הענגט מען פלאקאטן אין אלע גאסן אז מארגן 2:30 וועט פארקומען א ריזיגער פראטעסט פארנט פון ציאניסטישן קאנסולאט, בראשות כ"ק מרן אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א און די חברי התאחדות הרבנים, ס'וועלן אויפטרעטן מערערע רעדנערס אויסצושרייען די וויי געשריי פון כלל ישראל קעגן די רשעי הדור.

איש בל יעדר! כי בנפשינו הוא!

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 02/09/2009 17:10:23

עליגעיטאר » 2/9/2009 16:40

וועלכע כ"ק?


rebyankel » 2/9/2009 20:39

זעהט אויס אז די זאלי'ס האבען געזעהן אז זייער עולם איז נישט אין די גיסטע פין א פראטעסט, זיי ווייסען זייער גיט ווי לש''ש דער ארגענעזירער מיינט, האט פארמעליך פאבריצירט א מעסעזש אין האפענטליך וועלן די כולל יונגלייט שוין מסכים זיין צו קומען:
 

---------- Forwarded message ----------
From: tal rab <talrab2@gmail.com>
Date: 2009/9/2

-Subject: Fwd:The Messengers of the Zioinim - The Aroinem
To: Talmidai Rabainy <talrabny@gmail.com>

  והרשעים כים נגרש !!!!!!!!!!!
די שלוחי הציונים - די ארונים
פארשפרייטען ידיעות אז די פראטעסט איז אפגעשטיפט, כדי לטשטש.. זאלט איר וויסען, און לאזט יעדען וויסען
אז די פראטעסט איז היינט 2:30
לאזט אייך נישט פארפירען
פון די מייק וואס פארט אין בארא פארק, רופט אלע חברים אז די פראטעסט איז היינט 2:300

יא  זאלי'ס! נישט קיין בריווען פין קיין רבנים (וואס קיינער גלייבט ענק שוין סיי ווי נישט זייט די אויסגעשפילטע שמיציגע מערכה קעגן וועד להצלת בתי עלמין) וועט רופן דעם עולם, נאר מ'וועט מאכען א מעשה די ''ארוינים'', דאס וועט די מרי לב ארויסשלעפן צו די פראטעסט...
קוקטס ענק אן!

ביז_אהער » 3/9/2009 06:47

איינער האט א אנונג וואס איז געווען? איז למעשה פארגעקומען דער פראטעסט? פארוואס הערט מען נישט גארנישט?

rebyankel » 3/9/2009 19:40

ווייסט איינער אויב דער הולך לבג''ץ הציוני איז דארט געווען?
אין אויב נישט {ווי עס קוקט אויס} פארוואס נישט?
האט ער נישט געקענט  אפשטופן זיין לאנגע  נאכמיטאג דרימעל מיט 2 שעה?

allgood1s » 3/9/2009 20:34

rebyankel » 4/9/2009 00:58

דער בילד רעדט אסאך
ביים ריזיגען סיידוואק פראטעסט

[בילד – נישט אפגעהיט]