די פוסטע יונגט
אונזער ר' זלמניו פון בארא פארק איז געבוירן געווארן זונטאג פר' מקץ, כ"ד כסלו ערב חנוכה תשי"ב לפ"ק, למס' דעצעמבער 23 1951, אין די שטאט ברוקלין ניו יארק, אלס דער פערטער קינד, צו זיין גרויסן טאטן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, דאן סיגוטער רב אין וויליאמסבורג.
ביי זיין געבוירט איז די רביצין פעסל לאה תליט"א לרפו"ש געווען אין א גרויסע סכנה, ותקש בלדתה, דער ברך משה האט דאן אנגערופן אין שטוב פון גרויסן פעטער דער רבי זי"ע זיך מזכיר זיין, אבער די היינטיגע "חסידים", גערופן דאן "שטוב מענטשן / סדרנים", האבן צו זיין גרויס ווייטאג נישט איבערגעגעבן דעם טעלעפאון אז דער רבי זי"ע זאל קענען אנווינטשן. ווען דער ברך משה איז נאכ'ן געבוירט אריבער נעמען מזל טוב פון פעטער, און ער האט אים דערציילט וואס ס'איז פארגעגאנגען ביים געבוירט, האט אים דער רבי זי"ע געזאגט, "פארוואס האסטו מיך נישט גערופן בעפאר, כ'וואלט דיך אינזין געהאט". דער ברך משה האט כדרכו געשלינגען און נישט דערציילט דעם אמת. – למעשה איז ער אראפגעקומען אויף די וועלט אן א ברכה פונעם הייליגן פעטער דער הייליגער רבי זי"ע, אויף וואס דער רבי הברך משה האט זיך כידוע אמאל זייער שארף אויסגעדריקט פאר ר' ליפא שווארץ ז"ל פון ירושלים, "דער פעטער איז דאך געווען אזא רך הלבב, ווען דער פעטער וואונטשט מיר ווען אן בעפאר, אפשר וואלט ער געווען א מענטש, נאר מיר איז אזוי באשערט געווען, זאל עס שוין מיטגיין אויף זייער [שטוב מענטשן] חשבון". והדברים נוראים.
ביים ברית האט דער רבי דער ברך משה אים א נאמען געגעבן "יקותיאל יהודה", נאך זיין גרויסן ברודער הגה"צ ר' יקותיאל יהודה (ר' זלמן לייב'עלע) זצ"ל אבד"ק סיגוט, וואס ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ אויפן היטלער'יסטישן שייטערהויפן, הי"ד.
הגה"ק ר' זלמן לייב'עלע זצוק"ל איז געווען אן איידעם ביים הייליגן רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל, און ווי באקאנט האט מען זיך נישט אזוי פארטראגן, און ס'איז געווען גאר אנגעשפאנט צווישן די צוויי הויפן סיגוט און סאטמאר, כידוע, ובפרט ביי די פטירה פון די רביצין רחל ע"ה וואס מ'האט נישט דערציילט נארמאל פארן גרויסן שווער און פעטער רביה"ק זי"ע, די גבאים וחסידים האבן געשאפן א רוגזה וואס איז צומאל געווען אויף גאר הויכע אקטאוועס.
דא קומט דער גרויסער שקר פון שלמה יענקל'ען, בעל הרצון צדיק ומושיען של ישראל, (ווי ער צולייגט דאס ביי יעדע חתונה בבית ר' זלמן, און דער געוועזענער בדחן מרדכי ראטטער – איר געדענקט אים נאך?... – האט דאס אויך הערליך אויסגעגראמט ביי די חתונה פון אלעזר טייטלבוים חדבנ"ה – ח'תנא ד'בי נ'ועם ה'מדות), אז דער נאמען "יקותיאל יהודה" האט ער באקומען נאכן ייטב לב זי"ע, און ווי ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט ער טאקע דעם ייטב לב'ס תורה, דעם ייטב לב'ס צדקות, דעם ייטב לב'ס יראת שמים, דעם ייטב לב'ס מדת הצדקה, דעם ייטב לב'ס עניוות, דעם ייטב לב'ס מדות, דעם ייטב לב'ס קדושה, דעם ייטב לב'ס "נודע בשערים", דעם ייטב לב'ס "העמיד תלמידים הגונים", דעם ייטב לב'ס שטראלנדע צורה, דעם ייטב לב'ס הנהגה, דעם ייטב לב'ס ענות חן, דעם ייטב לב'ס שמייכל, דעם ייטב לב'ס בארד, דעם ייטב לב'ס פארנט, דעם ייטב לב'ס ..., און דעם ייטב לב'ס פשטות.
ווי פארשטענדליך האט שלמה יענקל צוגעבאקן דעם פאקט אז ס'זאל שטימען מיט די ווערסיע וואס זקני חסידים האבן מעיד געווען אז רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע האט זייער שטארק געענדלט מיט אסאך שטריכן אינעם זיידן דער ייטב לב זי"ע, זייענדיג א ריכטיגער אדם השלם ואיש האשכולות שהכל בו, און אויב אונזער ר' זלמניו הייסט נאכ'ן ייטב לב, און ער האט אויך די צורה פונעם ייטב לב, און ער איז נאך רב אין קהל יטב לב, נו, גיט א דריי מיט די פינגער, איז ער דאך דער ייטב לב / רבי זי"ע זעלבסט.
אבער למעשה איז דאס א ריכטיגער "מושיען מעשה", דער נאמען האט דער ברך משה נישט געגעבן נאכ'ן ייטב לב נאר נאך זיין ברודער ר' זלמן לייב'לע. דער רבי הברך משה זי"ע האט דאס געשריבן אין א מכתב קודש נאך זיין געבורט, בזה הלשון "קראתי שמו בישראל יקותיאל יהודה ליתן שם טוב ושארית לזכרון אחרי אחי הגדול הגה"צ זצ"ל הי"ד, שנקרא שמו ע"י אאמו"ר הגה"ק זצ"ל אחרי זקיני הייטב לב זי"ע".
(אונזער ר' זלמן האט אלע יארן פרובירט מבער צו זיין דעם בריוו, ער האט פארלייגט וועלטן ביי די יורשים פון ר' דוד האך ע"ה אז דער בריוו זאל נידון ווערן לשריפה, אבער דער בריוו איז היינט בנמצא, מ'האט דאס נארוואס געטראפן בכתב יד קדשו, ס'איז צו האפן אז דאס וועט בקרוב אנקומען אויך צו די מסדרים פון די ספרים "ומשה היה רועה", זיי זאלן דאס אריינלייגן ווען מ'וועט באשרייבן דעם יאר תשי"ב).
דער קליינער זלמניו איז אונטערגעוואקסן, גראדע געווען גאנץ א שיין קינד (אזוי האט ער לימים זעלבסט מעיד געווען פאר מ. ז. אז אלס קינד איז ער געווען "שיין", וד"ל), א סיגוטער אייניקל, מיט שלאנקע פיאות און א ברייט געביין, ואחוריו תלויים לו תלתלים. (פון וואס ער איז נאך היינט געבענטשט במדה גדושה). ער האט אנגעהויבן גיין און חדר, אין די סיגוט'ער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, וואו די מלמדים האבן פרובירט אריין צו קנעטן אין דעם קליינעם זלמניו תורה מיט יראת שמים, אז ער זאל אויפוואקסן לתפארת בית אבותיו.
אבער... א מכה!
דער קליינער זלמניו האט קיין סאך נערוון צו לערנען נישט געהאט, עס האט אים אסאך מער געצויגען די דרויסענדיגע גאס, שפילן, לויפן, ארום טאנצן. אים האט פיל געצויגן צו אויסוואקסן א "ליפא" ווי א "ר' אהרן". די מלמדים זענען זיך כסדר געקומען באקלאגן פאר'ן ברך משה, אז דער קליינער זלמניו איז א גאנצן לערנען פארנומען ארויסצוקוקן פון פענסטער, ער ציילט די פייגלעך און לאכט ארום, (איר קענט זיין "לאכן"? פרעגט נאר זיינע תלמידים פון צעירים). דאס האט אזוי אנגעהאלטן אויך שפעטער אין די בחור'ישע יארן, ווען דער ברך משה האט ארויסגעקוקט אז אולי יעצט וועט דער בנ'אק זיך זעצן לערנען, אבער אן ערפאלג. ער האט עפעס געלערנט דא-דארט, אבער פון התמדה בתורה מאן דכר שמי'.
די שווערע בחור'ישע יארן
ווען ער איז אביסל אונטערגעוואקסן איז ער געבליבן לערנען אין די סיגוט'ער ישיבה, ער איז קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר ביים הייליגן פעטער, דער רבי זי"ע, נישט אין די תלמוד תורה, נישט אין די ישיבה, (כמעט) נישט אויף שבתים, נישט אויף ימים טובים, נישט ביי קיין הקפות, נישט ביי קיין "סוגיא פארלערנען", ווי זיין ברודער האדמו"ר מהר"א פלעגט קומען מדי שבוע בשבוע צום סוגיא פארלערנען, ער איז געווען אין סיגוט, נאכאמאל אין סיגוט, און נאכאמאל אין סיגוט.
די געווענליכע צייט איז ער געווען זייער לאנגווייליג. אין די סיגוט'ער ישיבה איז ער געווען באקאנט אלס "פלעינער" בחור. זיך געדרייט ארויף און אראפ. זיבן מאל א פארמיטאג געלאפן אין ביה"כ, גענומען קאווע, זיך צושמועסט, זיך געדרייט, אלעס אבי נישט צו לערנען.
איין פארמיטאג אלס זעכצן יעריגער בחור, ווען ער איז צום ווייסעך-וויפילטן-מאל ארויס פון ביהמ"ד צו נעמען א קאווע, שטייענדיג ביי די קאווע האט ער זיך צושמועסט מיט אנדערע ליידאקעס בחורים, דער פאטער דער ראש ישיבה, דער ברך משה, האט געזען אז זיין זון'ס פלאץ איז שוין ליידיג איבער א האלבע שעה, קומט ער ארויס צו לויפן מיט א געוואלד, און זעט ווי זיין בנ'אק שטייט מיט א גלאז קאווע אין די האנט און שמועסט זיך געמיטלעך. רופט ער זיך אן סארקאסטיש: "קענסט שוין אויסגיסן די קאווע, ס'האט דיר שוין אנגעפילט א האלבע שעה"...
ר' יוסף בערקאוויטש פין וויליאמסבורג האט פארציילט אז ר' זלמניו האט זייער גוט געקענט די שפיל "שאך". אלס ביים חזר'ן פלעגט ער שפילן מיט זיין חבורתא "שאך". איינמאל האט דער ברך משה געגעבן א קום אריין אינמיטן חזר'ן, האט ר' זלמן לייב שנעל געגעבן א לייג ארויף די גמרא אויפן "שאך". דער ברך משה האט באמערקט אז עפעס גייט פאר האט ער געגעבן א הייב אויף די גמרא און ער האט געזעהן דעם "שאך", האט ער ברבים געגעבן צוויי פראסקעס פאר זיין זלמעלע, און אים הויך אנגעשריגן ברבים, וואס האט זייער מיאוס אים פארשעמט.
עס פארציילט ר' א.י.ק. אז זייענדיג א בחור פון 17 יאר, איז ער ר' זלמניו און שבעה עשר בתמוז געגאנגען שיפלען אין לאק שעלדריק מיט עטליכע גאר שוואכע בחורים. ווען דער ברך משה איז געוואויר געווארן דערפון, האט ער אראפ געלאזט פאר זלמניו צוויי גוטע פעטש. דער זלמניו איז אריין געפאלען אין א ווילדער כעס (שטעלט אייך פאר זיין יעקב בער זאל כאפן א פראסק ווי דאס פנים וואלט אים געשוימט פאר כעס... אזוי איז ער געווען בימי בחרותו), איז ער אויף געקומען מיט א עצה וויאזוי צו "פיקסען" דעם טאטן דער ברך משה, אז ער זאל וויסן איינמאל פאר אלעמאל, אז מיט זלמניו הייבט נישט אן. איז ער געקומען אויף די ריזיקאלישע המצאה, ער האט זיך "באהאלטן" אויף א גאנצע טאג! קיינער האט נישט געוויסט וואו ער איז. מען האט געזיכט און געזיכט, ואיננו, דאס קינד איז ניטא! דער ברך משה איז געווארן גאר אנגעצויגען און נערוועז, וואו איז דער זלמניו? והילד איננו, דאס קינד איז נישט דא! דער טאג איז אדורך, די זון האט שוין אנגעפאנגען אונטערגיין, און אט אט פון צווישען די ביימער קומט ארויס צו קריכן אונזער זאלמעלע, מיט א צינישען שמייכל אויסגעצויגען אויפן פנים, יא! דער שטיקעל איז געלונגען, און דאן האט ר' זלמניו אנגעהויבן פירן א ברוגז קריג מיט זיין פאטער אויף איבער א חודש צייט.
דער ברך משה איז דאן צומאל ארויס פון די כלים פון די איבערגע"שפיץ"טע חכמה פון זיין זלמעלע. ס'האט אים ממש געקרענקט ווי א קינד מבית אבותיו קען זיך אזוי אויפפירן. ער איז שוין געווען זאט פון זיין ברודער ליפא'ס התנהגות, און ער האט געהאפט צו זען נאך אביסל נחת כאטש ביים נעקסטן זון. דעריבער האט ער אים כסדר מוסר געזאגט און פארגעהאלטן, דאס האט אין אים אריינגעברענגט א שטיקל דערווייטערונג פון אים מיטן טאטן (וואס האט זיך נאך פיל פארשארפט נאך זיין חתונה מיט די צדיקת מבית ביסטריץ, ווי שפעטער באשריבן באריכות). דער פאטער וועלכער איז געווען באקאנט מיט א שארפן חוש הריח, האט געזען אז פון אים וועט שוין גארנישט ספעציעל אויסוואקסן, (אין בעסטן פאל א "שטעקן" זיך צו שלאגן מיט [ר'] אהרן'ען...) האט אים כסדר אנגעשריגן און מוכיח געווען אויף זיין נארישן התנהגות.
ר' מ.ז. מיט ר' מ.פ. דערציילן אז איינמאל ווען דער זלמן האט אים ממש "ארויסגענומען פון די הויט", האט דער ברך משה אים בא'שייגעץ'ט און אנגעשריגן, "ווי קאן מען זיין אזא נער, אזא טיפש זיך אויפפירן, שמך נאה לך, ביסט ממש א "כסיל", א נער, כ'קאן עס נישט גלייבן פון דיר". זינט דאן איז באקאנט געווען אין די משפחה דעם צו-נאמען "כסיל יודא". (אין די שפעטערע יארן ווען דער ברך משה האט אמאל געהערט דעם אויסדריק, האט ער זיך דערמאנט ווער און ווען ס'האט אים אזוי קורא שם געווען, האט ער אויסגעשאסן אין אזא הילכיגן געלעכטער, אזש דער טיש האט זיך מיטגעשאקלט...).
פארשטייט זיך אז דער רבי דער ברך משה האט געהאט גרויס צער פון זיין שוואכן ווירטשאפט בכלליות, זיין הזנחה אין לערנען און הנהגה ברוחניות, ער האט פרובירט צו רעדן צו זלמניו, אבער אן ערפאלג. נישט נאר דאס, נאר ווען מ'האט אים פארגעהאלטן, היתכן? פארוואס לערנסטו נישט, קוק ווי דיין ברידער [ר'] אהרן לערנט מיט אזא התמדה, האט ער זיך פארמאכט זיין מויל און אנגעהויבן "בלאזן". אזוי האט ער זיך אלעמאל געפירט ווען איינער, זיין טאטע, זיין מאמע, זיין מלמד אין חדר, מגיד שיעור אין די ישיבה, האט אים געזאגט א זאך וואס איז אים נישט געפאלן, האט ער "געבלאזן", עס האט געקענט דורכגיין חדשים, והוא באחד, ער "בלאזט".
דער ברך משה וועלכער האט שוין געהאט צוויי עלטערע זון בעפאר אים, ר' אהרן און ליפא, האט זיך צו אים געבעטן ווי צו א גזלן ער זאל זיך לערנען פון זיין אחיו הגדול און נישט פונעם צווייטן ביק, ער זאל אויפשטיין פארטאגס, דאווענען ווי א מענטש, לערנען א ווארט, ער האט צו אים געוויינט, "ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע", דו האסט צוויי ברודער, איינער איז חיים מיט טוב, תורה מיט יראת שמים, אפגעהיטן און ערליך, פרום און חסידי'ש, א כליל המעלות פאר א בחור א תפארת בית אבותיו הקדושים, און דער צווייטער איז מות מיט רע, גאל מיט לעבער, ביטער און שלעכט, א הפקר אינג וואס ליינט שמוציגע צייטונגען, "החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה", קוק אן דעם חילוק פון די צוויי, דער גרויסער איז מיר א כבוד לתפארת בית אבותי, ער איז מיר א פראכט און שטאלץ וואו איך גיי, יעדער קוקט אויף אים ארויף, ממש א ברכה צו מאכן, אויף אים זאגט דער פעטער – רבינו הק' בעל דברי יואל ובעל ויואל משה זי"ע – פאר ר' נתן יוסף'ן: "ברענג מיר אהער נאך אזא בחור ווי דעם סיגוט'ער רב'ס זון [ר'] אהרן", און דער צווייטער איז מיר א קללה אין שטוב, עגל שעשה משה, בעט איך דיך בתחנונים, "ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך", זעץ זיך לערנען וועט עפעס פון דיר אויסוואקסן, סיי בתורה ויראת שמים, און בעיקר צו ברעכן דיינע שטאלצע אנגעגעסענע מדות גרועות.
אמאל אלס בחור האט דער משגיח פון דער סיגעט'ער ישיבה, אים געכאפט טאן מעשים אשר לא יעשו, און דער משגיח האט עס פארציילט פארן ברך משה זי"ע, דער ברך משה זי"ע האט דערפון געהאט גרויס צער, און ער האט אריינגערופען זיין זלמניו, און אים שטארק אויסגע'מוסר'ט, און ער האט ווייטער פארגעהאלטען "פארוואס קענסטו דיך נישט אויפפירען ווי דיין ברודער?".
וואו אויך פארציילען די סיגוט'טער מתפללים, אז אויפן אויסדריקליכן באפעל פון זיין טאטן דער ברך משה זי''ע, האט ר' זלמניו איין גאנצע יאר צייט נישט געמעגט גיין אין מקוה, ווייל זיין טאטע האט אים געכאפט און סיגוטער מקוה מיט א מעשה נבלה, אזא סארט פון וואס נחום רז"ב וואלט היינט געמאכט מטעמים, וד"ל.
ההמשך יבוא!
ווער עס האט אונפארמאציע איבער דער פארגאנגעהייט פון דעם בן השלישי זאל עס אריין שיקען וואו שנעלער!
תוקן על ידי בלעקבערי ב- 31/08/2009 21:25:27