היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווער האט געווארפן די שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה

ווער האט געווארפן די שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2679949

בלעקבערי » 31/8/2009 02:19

אין דער איד שרייבט ער די וואך אז מען האט געווארפן אויף  די רעבעצין ע"ה שטיינער ביים ציון כדי להמית
וואס ער שרייבט נישט איז

1) ווער האט געהייסן ווארפן די שטיינער אויף די רעבעצין
2) וועלכע בחורים האבן געווארפן די שטייינער אויף די רעבעצין

די הרבנית הצדיקת ע"ה פלעגט א יעדע וואך דאנרשטיג ביינאכט ארויף גיין ציון הקדוש
פין בעלה מרן רבינו הקדוש זי"ע, זי פלעגט דארטן צינדען א סאך ליכט, זאגן תהלים, אין לייגן קוויטלעך.
די פראדצור פלעגט אנגיין א יעדע וואך פאר אן ערך פין 2 שעה.

זי פלעגט מיט קומען מיט אפאר קארוונען, יעקב ברוך טירנויער, זלמן לייב וואלדמאן,
חיים שלמה וויינשטאג, ראובן פאלקאוויטש.

משה בן פראדל האט דאס נישט איבער געטראגן ער האט זיכער געמאכט אז די רוגזה צווישן דער ברך משה מיט רעבעצין ע"ה גייט אן אין די פולע פארע אין ער האט כסדר איבער געלאזט זיינע פינגער אפדריקן 

איימאל האט ער געהייסן אז מען זאל ארויף לייגן קייטן אויפן גדר ביים ציון דאנרשטיג נאכט, אז די רעבעצין זאל נישט קענען ארויף קומען, יעקב ברוך האט עס דעמאלס אפגעשינטן 
אזוי איז יעדע וואך געווען נייעס, איינמאל שטילערהייט אין איינמאל אויפנרהייט.

פאר ל"ג תשמ"ט האט משה בן פראדל ציזאם געריפן א אסיפה ביים ברך משה אינדעהיים אין קרית יואל. 
דארט איז געווען די בחורים.
 
מעכיל וויינגארטן
אלימלך דייטש 
סיני טייטלבוים 
שלמה אבראמוויטש
דארט איז אויך געווען דער בן השני ליפא טייטלבוים 

משה בן פראדל האט זיי קלאר געזאגט פאר די בחורים אז דעם רבי'ן דער ברך משה טוט זייער וויי אז די רעבעצין קומט ארויף מיט אירע מענטשן א יעדע וואך צים ציון, אין מען מיז דאס אפשטעלן פערמינטאט 
האט משה בן פראדל ארויס געגעבן דעם ארדער ביים רבי'ן דער ברך משה אנדערהיים 
אז דאס נעקסטע מאל די רעבעצין קומט ארויף צים ציון זאל מען באווארפן די קאר מיט שטיינער אין אויס שיסן די פענסטער'ס .

אלימלך דייטש האט קלאר געזאגט פאר משה בן פראדל באותו מעמד אז ער גייט זיך נישט באטיילגען ער וויל אין אזא רשעות נישט האבן קיין חלק. 

זענען געבליבן די 3 בחורים מעכיל וויינגארטן, סיני טייטלבוים, שלמה אבראמוויטש 
די 3 האבן טאקע באווארפן די קאר מיט שטיינער. 

( משה בן פראדל איז דער איינציסטער וואס קען מעיד זיין אויב די שטיינער איז געווען כדי להמית )

דעם אנדערען טאג איז סיני טייטלבוים געווען אין פאלציי אפיס א גאנצן טאג פאר אויספארשנוג  

די נעקטע וואכן האט די גאס געברויזט איבער די מעשה נבלה, מענטשן האבן עס פשוט נישט געקענט גלייבן אז מען 
האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין
די ישיבה האט טאקע ארויס געווארפן די 3 בחורים פין ישיבה. 

משה בן פראדל האט זיי ציגעשטעלט א דירה אין קרית יואל ווי זיי זאלן זיך קענען אויף האלטן פאר די פאר וואכן. 

שלום סאנדל האט א טעיפ ווי מען הערט ווי די רעבעצין ע"ה זאגט אז זי איז נישט מוחל די בחורים בזה ובבא.
למעשה האבן די בחורים קיינמאל נישט איבער געבעטן די רעבעצין. 

לכבוד דעם איז דער רבי ברך משה געווען פרעזנדליך שדכן ביי מעכיל וויינגארטן אין ביי סיני טייטלבוים 
כדי אז מען זאל נישט זאגן אז די קללה פין רעבעצין האט געשאדט.

געלויבט די רבוש"ע אז די אלע שלעגרעס געפינען זיך היינט ציטאגס ביי ר' זלמן לייב
 
  






אדמיראל » 31/8/2009 02:35

אלימילך דייטש האט מיר כמה פעמים געזאגט אז ער האט זיך קיינמאל נישט באטיילגט
קעגן די רעבעצין אין קיין שום אקציע.

ווייל די רעבעצין אלטע פיגא ע"ה האט חתונה געמאכט זיין טאטען.

די זכות איז אים זיכער בייגעשטאנען.

פארשטיי » 31/8/2009 03:31

נאך די הסתלקות פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, פרעגט די רעבצין ז''ל, קימען יעדע שבת הערן קידוש פון רבינו והוה''ט בעל ברך משה זי''ע, און דער ברך משה פרעגט איר אויך צו שיקען א שטיקעל חלה פון די המוציא,

אזוי אויך פרעגט די ברך משה זי''ע גיין זאגן גוט שבת פאר די מימע, יעדע וואך,

וואס האט פאסירט? פארוואס האט זיך דאס אלעס גענדיגט?

ווייל די רעביצען ז''ל האט פארלאנגט אז זו זאל בלייבען מיטען הויז און וומ''ס,
און דער בן פראדעל, האט דאן געשריגען אויף ר' יצחק  שווארץ און זלמן לייב וואלדמאן,

די אונטער הויזען דאס גיבט דער מכשיפה פארן רבי'ן, און די ריעל עסטעט וויל זי האלטען פאר זיך?  עפ''ל
וואס וואלט ווען געווען אויב דער בן פראדעל לאזט די רעבעציצען מיטן הויז. עס קימט זיך דען נישט פאר איר?

דער דער רעדאקטאר פונעם יוד, בן פראדעל, וואס יאמערט איצט אויף דער כבוד פון הרבנית הצדיקות תחי'
ער האט אנגעדרייט די מחלקה צו ווישען רבינו הק' דער ברך משה זי''ע מיט די רעבעצין ז''ל, צילוב א הייזקע,

דער דער רעדאקטאר פונעם יוד, בן פראדעל, וואס יאמערט איצט אויף דער כבוד פון הרבנית הצדיקות תחי' 

ער האט געריפען מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע ''מכשיפה''!

דער דער רעדאקטאר פונעם יוד, בן פראדעל, וואס יאמערט איצט אויף דער כבוד פון הרבנית הצדיקות תחי' 

האט פארזענדליך אפגעפירט מיט די מיסיע פון באווארפען די רעבעצין מיט שטיינער!

דער דער רעדאקטאר פונעם יוד, בן פראדעל, וואס יאמערט איצט אויף דער כבוד פון הרבנית הצדיקות תחי' 

האט פארזענליך אנגעפירט מיט די מיסיע פון פארברענען ילד שעשיעים, איינשטעלדיג דאס לעבן פון  די נייע געבוירענע אויפה'ליך, מיט זייערע מאמעס ה''י ווייל עס איז געווען אונטער די קאנטראל פון די רעבעצין ז''ל, און זי האט אריין געלאזט וועמען זי האט געוואלט,

 דער דער רעדאקטאר פונעם יוד, בן פראדעל, וואס יאמערט איצט אויף דער כבוד פון הרבנית הצדיקות תחי' 

האט געפייניגט, און גערוידפט, די ציבראכענע אלמנה, פון רבינו הקוה''ט זי''ע, צילוב זיינע פארזענדליכע תאוות השררה,

ער יאמערט אויף די כבוד פון די רעבעצין ז''ל?



 

מבני_בניו » 31/8/2009 05:06

וואס הייסט? קיינער האט נישט געווארפען!

ר' זאלמעניו אליינס האט געזאגט ביי די בארימטע אסיפת בני רבינו מיט קהל אין תש"נ אז די גאנצע מעשה איז ליגענט "קיינער האט נישט געווארפען, סהייבט זיך נישט אן"!

איך האב די טעיפ אינדערהיים, אויב איינער קען עס ארויפלייגען און זיין מזכה את הרבים

YESWECAN3 » 31/8/2009 05:53

איך בין צימישט איז די אשכול געמאכט פאר די מענטשען העכער די 30 וואס געדענקען נאך גיט די פרשה פין בני יואל, אדער איז דע אשכול געמאכט פאר די יואליס?...ביטע מאך קלאר אדאנק........

ארגינעלער » 31/8/2009 06:23

ס'איז נישט געמאכט פאר קווינס בחורים דיין עידזש.

גיי שלאפן שוין שפעט ביינאכט, באלד וועט דיין שלאף רבי אין קווינס ישיבה אריינקומען אין דיין צימער און דיך זען אויף דיין בלעקבערי. געב אכט.

ארגינעלער » 31/8/2009 06:24

באקומען אין תיבה אישית.

הגה"ק יואל מארגנשטערן שליט"א האט קלאר מגלה געווען לפני מטתו פונעם משמש ר' יחזקאל ווערצבערגער הי"ד אז ער איז דערמארדערט געווארן ווייל סיני ט"ב האט געווארפן שטיינער אויף די הייליגע רעבעצין. ער האט דעמאלס געזאגט אז יחזקאל בן רחל ר"ת רבי, סיני האט קיינמאל נישט מחילה געבעטן פון די רעבעצין און פון יחזקאל שמש, פארקערט, ער האט נאך ארויסגעווארפן זיין זין ר' שלמה פון שמשות אין ראדני. רצחת וגם ירשת

ביבער » 31/8/2009 07:02

וואס הייסט ר' יואליש איז אין הימל ? ער מען קלעמין ריספאנסעבילטי אויף ר' יחזקאל הי"ד
איך פארשטיי נישט ער טיילט שוין עונשין ?

ווער סקען זאל אויף קלערן..

מבני_בניו » 31/8/2009 07:27

די אשכול איז געמאכט פאר יעדן וואס האלט אז ר' זאלמעניו איז געווען א פיסטער ליגענער ווען ער האט געזאגט אז קיינער האט נישט געווארפען שטיינער אויף די רעבעצען.

בשמחה_תמיד » 31/8/2009 16:46

הערט און שטוינט! א סתירה פון רעב זלמן מיט דער זשיד

לאגיש » 31/8/2009 17:02

אפשר איז עס פאלש

bigsatmar » 31/8/2009 18:00

אדמיראל שרייבט

"אלימילך דייטש האט מיר כמה פעמים געזאגט אז ער האט זיך קיינמאל נישט באטיילגט
קעגן די רעבעצין אין קיין שום אקציע.

ווייל די רעבעצין אלטע פיגא ע"ה האט חתונה געמאכט זיין טאטען. "

 

סתם פאר אינטערסאנקייט ווען איז מלך דייטש יא געווען אינוואלווד אין אקציעס

rebyankel » 31/8/2009 19:36

עס איז כדי צו באמערקן אז רבינו שליט''א האט ביז'ן לעצטן טאג פראבירט אפצוגעבן כבוד פאר די רעביצין ע''ה, ער האט שטענדיג פארדאמט דעם געוועזענם'ס מתשתב''ק'ס מעשים קעגן איר, ער פלעגט איר נאך גיין זאגען גיט שבת אפי' ווען דער רבי דער ברך משה ז''ל האט מורא געהאט צו גיין, אין ער פלעגט טאקע נישט האבען קיין כבוד דארט, כידוע

כ'געדענק נאך ביי איר לוי, איז רבינו שליט''א געווען איינגעשפארט אין זיין חדר מיוחד ווי די פענסטער איז צו די רעביצין'ס הויז, אין דערנאך באגלייט ביזן ביה''ח אין אויסגעווארט ביז נאך סתימת הגולל, ''מיט מסורת נפש ממש''.

rebyankel » 31/8/2009 20:58

ALERT
די זאליס זענען מורא'דיג ווילד אויף דעם אשכול
די אמת טוט זייער וויי.....

א  זאלי'ס ניק, האט שוין אלס נקמה, אנגעווארעמט זיין תניר אין געפענט א אשכול אינעם בעקעריי אין ער גייט פאברעצירן די גאנצע השתלשלות  פין די פרשה מיט רעביצין ע''ה, ער שרייבט: איך וועל מיך פרובירן אריינצולייגן אין הער פארמעגליך'ס שיך און אראפגעבן אביסל היסטאריע פון די טעג וואס עס האט זיך אפגעשפילט איינס פון די ערגסטע קאפיטלען אין די היסטאריע.

דארט איז געווארען א רייץ, ווער עס  בעסער באקען מעשיות אין היסטאריע, אין די קעלבלעך טיילען עס נאכדעם אין ראדני {יא נישט קיין זשאוק, פאריגע וואך האט מען עמטליך געטיילט אין ראדני פארמעגליך'ס  געבעקסן ביז דאנערשטוג ווען דער משכיל'שער איד איז ארויסגעקומען וואס האט געהאט א אנדערע געשיכטע (זיין געשיכטע האט מער גענדלט אין בן חוה'ס)}

כ'ווער ברענגן סטעיטמענטס פינעם תניר ראשון:

א סקרוך נעמט ארום די ביינער ווען מען דארף אפילו שרייבן די ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך דאן אפגעשפילט, אבער הרשעים כים נגרש

ווי הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א חבר הביד"ץ האט זיך אויסגעדרוקט די פאריגע וואך ווען ער האט פארשיקט א געלט גייער פאר די מאנרא ישיבה פון סאטמארן ביהמ"ד אויף ראטליזש סט. זאגענדיג דערביי אז אזא ישיבה טאר מען נישט שטיצן און יענער האט אים אנגעהויבן זאגן אז עס איז נישט אמת, די בחורים האבן נישט געזינגען (א בפירוש'ער בלאט...) האט רבי שלמה לייב זיך צובייזער און געשריגן "בעיני ראיתי, איך בין דארט געשטאנען, ווילסט מיר פארקויפן מעשיות?")


אבער נאכדעם שרייען  זיי אז ''מיר'' מאכען ליצנות פין ''זייערע'' דיינים....
קאמענטארען זענען איבריג!


תוקן על ידי rebyankel ב- 31/08/2009 20:58:00

רבי_יונה » 31/8/2009 21:14

מהרז"ל זאגט: קיינער האט נישט געווארפן קיין שטיינער. ס'איז שקר. דרוקט דא



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 31/08/2009 21:11:15



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/08/2009 22:38:57

מישמאש » 1/9/2009 01:07

אויב איך געדענק גוט האט יאסעלע וואלדמאן ארום געשיקט אויף די פאסט א בילד
ווי סיני טייטלבוים שטעקט ארויס די צינג ..

בלעקבערי » 1/9/2009 01:21

דער רבי זלמן לייב געט זיך א ציקעקעץ צים סוף ווייל ער האט געמיזט נאך א פסוק

סארע עם הארץ

יקרבו » 1/9/2009 01:36

דאכט זיך מיר אז סיני טייטלבוים האט שוין בחורים וואס קענען אויך ווארפן שטיינער.

בלעקבערי » 1/9/2009 01:43

יקרבו מיש נישט אריין סיני'ס קינדער, מען רעדט דא פין סיני וואס ער האט געווארפן די שטיינער אויף די רעבעצין.

איינער האט מיר אריין געשיקט אין אישית אז מעכיל וויינגארטן האט יא איבער געבעטן די רעבעצין.
 זיין מאמע האט אים אריין געטראגן צי די רעבעצין איבער בעטן
אויב אזוי בעט איך אים איבער.

ארגינעלער » 1/9/2009 02:11

bigsatmar כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אדמיראל שרייבט

"אלימילך דייטש האט מיר כמה פעמים געזאגט אז ער האט זיך קיינמאל נישט באטיילגט
קעגן די רעבעצין אין קיין שום אקציע.

ווייל די רעבעצין אלטע פיגא ע"ה האט חתונה געמאכט זיין טאטען. "

 

סתם פאר אינטערסאנקייט ווען איז מלך דייטש יא געווען אינוואלווד אין אקציעס




אין עפנען דעם בלאט אין וואס ער האט זיך אויסגעפיפן אויף בן פראדל מיט זיינע הפקר רבנים.

געווארט » 2/9/2009 01:58

אוי איז דער סיני טייטלבוים געווען א שלעגער א פרא אדם
 
געשלאגן משה מרדכי פריערמאן, שלמה לעפקאוויטש, אברהם יקותיאל יערמיאש  וכו.
געווארפן שטיינער אויף רעבעצין ע"ה

נאך געשירגן אין בית מדרש מענטשן וועם ער האט געוואלט.

ב"ה ער שלאגט שוין נישט, מען האט שוין פין אים אפגעאטמעט.

Isacmandel » 2/9/2009 22:18

בלעקבערי.

די בחורים וואס מ'האט דעמאלטס ארויסגעווארפן פון די ישיבה האבן געטראפען ווי צו שלאפן ביינאכט.

אין אוהעל קארט, אין הויז פון ברך משה זי"ע, וועלכער האט דאן געוויילט אין קרית יואל (זייענדיג ל"ג בעומר אין קרית יואל).

ש. אבראמאוויטש, מ. וויינגארטען און אלע אנדערע.

משה גבאי האט זיי געזאגט, לאכטס ענק אויס, ס'מיינט גארנישט !

אגב, זענען די זאליס שטארק צעקלאפט פון רז"ל'ס טעיפ ווי ער זאגט יאוונע ויאסנע אז ס'איז שקר, און מ'האט קיינמאל קיין שטיינער אויף די רביצין ע"ה נישט געווארפען.

לאמיר זעהן די היפאקריטן יעצט שרייען אז זאלי איז א שקרן!

בלעקבערי » 2/9/2009 22:27

[בילד – נישט אפגעהיט]

Isacmandel » 2/9/2009 22:51

בלעקבערי
וואס ווילט איר צייגן מיט דאס בילד?

געווארט:

איך מיין אז דו טרייבסט איבער מיט סיני ט"ב.

שלעגער?
איך געדענק גוט סיני טייטלבוים. ער איז נישט קיין שלעגער. ער האט אביסל א גרויס מויל, ער האט קיינמאל נישט געשלאגן. ביים שלאגן איז ער אנטלאפן. ער איז א גרויסער פחדן.

פרא אדם?
וואס עפעס? אויסער רעדן הויך ניבול פה האט ער קיינמאל גארנישט ספעציעל געטאן.

איך האב געהערט אז רביצין סאשא האט אים ארויסגעווארפען פון איר שטוב מיט לאנגע יארן צוריק, צוליב .... וואס ער האט דארט געטאן. דערפאר איז ער געווארן ביטער גערעגט אויף איר אויף אויפן רבי'ן. און ביזן היינטיגן טאג שפירט זיך שטארק זיין חלל !

די קיפקעס אין ווייסן שול זענען עפעס אומגעלונגען, און קיין סאך ניבול פה הערט מען שוין נישט זייט דעמאלטס.


יעקב_שמשון » 3/9/2009 00:20

דער סיני דערמאנט מיר די מעשה פון די גאסט וואס איז אנטלאפן ביי כורך פאר שלחן עורך...

אגב ווען סיני איז אנטלאפן און זיך אנגעהויבן דרייען און די לעכער האבן די מענטשן אים נישט ACCEPTED איז ער נעבעך ארום געלאפן איבערבעטן די האלבע שטאט

נאך א שטיק צייט ווען ער האט זיך שוין אנגעהויבן שפירן אביסל באקוועם האט ער אנגעהויבן צוריק מיט זיינע שטיקעס האט אים אלתר משה געפרעגט "אז די נעמסט דיר יעצט מיט די צווייטע האלב שטאט מאי הועילו חכמים בתקנתם און ווען גייסטו אנהויבן איבערבעטן די העלפט שטאט"?

ודפח"ח...

Isacmandel » 3/9/2009 00:28

פארוואס זאגסטו אנטלאפן ביי כורך?

איך האב דאך געהערט אז רביצין סאשא האט אים פארשיקט פון שטוב.
איז ער דאך נישט אנטלאפן.

ער האט איר אנגעהויבן פארשילטן מיט אזלעכע קללות אז אויב א צענטעל פון זיי ווערן מקוים, דארף זי און אלע קינדער און אייניקלעך האבן יענע מעשה.

מענטשן זאגן אז ער איז געווען געשוואוירן גיט מיט מיילעך דייטש. און ביידע זענען היינט ב"ה שיין באלעבאטיש.


ליצים זאגן אז מיילעך איז געווארן א גרויסער עושר און סיני איז געווארן פארמעגליך.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2009 0:59:17

בלומבערג » 3/9/2009 00:35

א בעלבתישער בעל חוב...

תוקן על ידי בלומבערג ב- 03/09/2009 0:31:51

פעטרסאן08 » 3/9/2009 00:37

וואס האט איינגעטליך סיני געהאט מיט די וויינבערגער פרשה אז איז געווארן אזוי פארמישט.
איז עס זיין סייעתא דשמיא, זיין כח התורה, זיין מידות האמת

וואס איז די מעלה מיט אים.

ארגינעלער » 3/9/2009 00:53

זיין ישרות אין זיין גראדן קאפ, אין ער איז א מורא'דיגער אנלעזירער.
אז די גלייבסט מיר נישט פרעג אים ער וועט דיר בלית בריריה מודה זיין.

Isacmandel » 3/9/2009 01:14

ׂ׀או היױ״. א�ׁױ� הװ. ׀ױ� א׀�׀ײ׀�, גט װ׀״ ׃ג�׀�״ב ׀אׂגװױ�ׁג� ײ��� ױױ��׃ג ח׀�ה��� חגׂג� טגׁ�ז�� ב׀י׀.

געווארט » 3/9/2009 02:31

אהרונימלך טייערע עטץ קענטס נישט סיני ווייל ער איז געווען א חלק פין ענקער טעראר מאשין
ער האט אנגעווארפן א פחד פאר א יעדן איינעם וואס האט נישט קאפרירט מיט די רעזשים
געציצקעט יעדן אין בית מדרש ווען ער איז א יונגערמאן א ראצער ווער ס'האט אים נישט געשמעקט

ב"ה היינט דאוונעט ער אויך אין א בונקער אין אזא סארט שול וואס ער פלעגט לאכן

דער מענטש טראכט אין גאט לאכט

בלעקבערי » 3/9/2009 06:21

אין די נאנטע טעג גיין מיר ארויף לייגן ווער ס'האט אינטער געצינדן דעם ילד שעושים.
 ווער ס'איז געשטאנען אינטער דעם.

rebyankel » 3/9/2009 19:42

בלעקבערי כ'קוק ארויס דערויף

אבער איין זאך, כ'הער אז דער שיק יונגעל וואס האט עס אינטערגעצינדען האט זיך שוין אפגעלאזט פין זיין משלח וואס דאן שרייב נישט זיין נאמען.

ארגינעלער » 4/9/2009 20:11

סיני טייטלבוים איז אמאל געגעאנגען רעדן צי ר' אברהם דוד גליק
האט ר' אברהם דוד געזאגט לאמיך אפ, די האסט געשלאגן מיין טאטן ר' לייבעלע ע"ה
פאר די בעטס אים נישט איבער רעד נישט צי מיר.

סיני איז געלאפן ווי די אויגן האבן אים געפירט.

געווארט » 4/9/2009 22:17

טאמיר איך געדענק גוט איז הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים געגאנגען איבער בעטן מיט די רעבעצין איבער די שטיינער וואס זיין זין האט געווארפן

דעס הייסט א נארמאלער מענטש.

בלומבערג » 6/9/2009 16:09

געווארט, איך האב מורא די האסט פאברעצירט א מעשה.

תוקן על ידי בלומבערג ב- 06/09/2009 16:05:23

פארשטיי » 7/9/2009 01:09

סיני אליינס דערציילט מיט ווירדע, אז ווען ער האט בארווארפען ר' לייבעלע ע''ה מיט פלעשער, האט די רעביצען פון ר' לייבעלע געשריגען אויף אים, פארוואס ווארפסטו פלעשער אויף מיין מאן? די ווייסט אז ער איז א ל''ו צדיק?

האט איר דער זעלטענער ווארים הארציגער בעל רחמניות (עיין ערך פארמעגליך על המנוח פערלשטיין ז''ל) גענפערט, ''זאגט נישט אויס, ווייל ער וועט נאך באלד שטארבען! ודפחי''ח

תוקן על ידי פארשטיי ב- 07/09/2009 1:05:19

יעקב_שמשון » 7/9/2009 02:20

סיני טייטלבוים האט אמאל פארשפארט ר' ישעי ' יעקב שטויבער ( וואס האט געקוויטש ביים מאריאט )
 פאר  6 שעה אמאל אין  בית הכסא.


שעמט דיך סיני גיי בעט אים איבער.

תוקן על ידי יעקב_שמשון ב- 07/09/2009 2:18:37