דער טרוקענער סך הכל איז ווי פאלגנד:
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- האט א טאטע מיט קאלטבלוטיגער אכזריות פארוואנדלט זיין אייגענעם זוהן אין א שפיל-באלל אויפן פאליטישן פעלד, און אים באגראבן מיט א שרעקליכן בזיון אונטערן פלויט, צווישן קארס, קעץ, און א דיינינג רום - [וואס ס'איז, אגב, מסתבר אז די קומענדיגע נפטרים ל"ע וואס מ'גייט דארט באגראבן וועלן נישט ליגן אזוי ווייט פונעם סאטמארן ביה"ח, נאר זיין אייגענער זון וועט דארפן ווארטן ביז ווען מ'וועט אנקומען דארט וואו ער ליגט].
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- האט זיין זון דער נפטר ע"ה נעבעך געמוזט ליגן אכט/זעקס/זיבן/פינף (קלויב אויס וועלכע ס'שמעקט דיר) שעה אין 'הייסן' אמבולאנס, ווי לאנג זיין קאלטבלוטיגער טאטע און רז"ל מיט זיינע שותפים קענען צוגרייטן אלעס אין נייעם ביה"ח אויף פאלאק'ס לאט.
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- האט זיין זון דער נפטר ע"ה נעבעך אנגעוואוירן צען יאר פון פלייסיגער עסקנות וואס ער האט אריינגעלייגט מיט לייב און לעבן לטובת די זאליס, פארלוירן זיין נארוואס באקומענעם סטאטוס פון א "טוב" אין די קיקיון דיונה זאלי קהלה, און אנשטאט געווארן א 'געווענליכער מעמבער, וואס איז געווען אינגאנצן אויסגעצאלט, און איז בכלל נישט געווען א טייל פון די פאליטיק'... [אוי וואלט אים זילו געגעבן דערפאר, ווען ער קען ווען].
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- איז די נארוואס געגרינדעטע א.ג. "קהל יטב לב" וואס מהרז"ל האט אזוי פייערליך פראקלאמירט קוים פאריגע וואך נעבעך טראגיש אומגעקומען, און באגראבן געווארן אינאיינעם מיט'ן נפטר אויף פאלאק'ס לאט.
[כאטש ס'איז נאך אן ערנסטע סתירה. אין צייטונג איז נאך יא געשטאנען קהל יטב לב, אין דער איד איז אויך געווען עטליכע מודעות דורך די נייע 'קהל יטב לב', נאר ביי די אפיציעלע מודעה פאר אן עצרת 'התעוררות' (נישטא ווער זאל נעבעך לאכן) וואס איז נעכטן געווען אין צייטונג איז עפעס מיסטעריעז צוריק געבוירן די אלט-נייע קהל ויואל משה. אבער אינעם מבול פון שקר אין דער איד די וואך איז דאס איינע פון די קליינע].
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- האט מען געמאכט א שוידערליכן בלבול אויף די מסירות נפש'דיגע עסקנים פון "חברה הצלה" און די ווילעדזש כאילו זיי זענען געווארן בלינדע געלט פרעסער, וועלכע האבן נישט קיין שום וועג ארויסצובאקומען זייער ערליך פארדינטן געלט נאר דורך שטיין און ווארטן אז אלע פערציג יאריגע מענטשן ארום קרית יואל זאלן זיך אפפעקלען, רח"ל.
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- האט מען געמוזט ארויסגעבן א בלוט-בלבול קעגן די הונדערטער בחורים אין די סאטמארע ישיבה כאילו זיי זענען א באנדע אכזריים וואס זינגען ביי א לויה און גיסן האניג און ווארפן שטיינער, און כ'ווייס אליין נישט וואס נאך (ס'איז נאך מסתם נישט פארטיג, ווארט נאר אויף די נעקסטע ווידיאו וואס האלט אינמיטן געבוירן ווערן).
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- האט מען אנשטאט מפשפש במעשים זיין ווי געווענליך אין אזא פאל, פארוואנדלט די טראגעדיע אין א פאליטישן צירקוס וואס האט געהעכערט זייערע האפענונגען אז יעצט וועלן שוין די זאליס אפשר יא אנהייבן צו צאלן מעמבערשיפ.
ועל כולם:
ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
- וועט ווייטער אנהאלטן דער שרעקליכער חילול השם ווען אידן וואס פאררופן זיך אויפן נאמען פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע צייגן א ביישפיל אז מ'איז זיך מוסר נפש חלילה נישט צו גיין צו די"ת, פאר די איינציגע סיבה ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער! ביי זיי איז דער שווארצער כאלאטל חשוב'ער ווי די שווארצע בעקיטשע, ואויבינו פלילים!
תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/08/2009 7:14:29
תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/08/2009 7:15:12