לכו נא ונוכחה- אשכול אין הלכה
איך וויל דא פראבירן צו עפענען א אשכול מיוחד פאר עניני הלכה וואס איז נוגע במישרין ובעקיפין צו די סאטמארע מחלוקה.
רבת שבעה לה נפשי פון די אפט קינדערישע געפעכטן דא און אין שכנותדוגער פארום ווי יעדער טראכט נאר אוי ווי גוט איך האב יענעם אריינגעגעבן. און ווארט צו ליינען ווי זיין צד שרייט WOW!!! און דער אנדערער רעגט זיך.
איך גלייב אז עס געפונען זיך דא נאך, און פון ביידע צדדים, וואס זענען אינטרעסירט צו דעבאטירן שטעלונגען לויטער לגופו של ענין, און מיט רעספעקט צום צד שכנגד.
ע"כ וויל איך פראבירן אנצוהייבן מיט דעם אשכול, וואס זייענדיג בעניני הלכה גלליב איך וועט זיך עס קענען גרינגער האלטן צום פוינט.
אפאר כללים אויב עס איז מעגליך זיך צו האלטען צו זיי:
1- זיך מתווכח זיין מיט צוברענגען מראי מקומות צו דער שטעלונג פון זיין צד, און נישט בלויז זאגן "מיין דיין דער גאון האט אזוי גע'פסק'נט; און דו קריגסט זיך?!"
2- נישט נוצן אזעלכע טענות וואס אטאקירן דעם מענטש אנשטאטס דער ענין. ווי צב"ש "דער רשע קומט נאך מיט טענות", וואס געווענליך ווערט דאס באניצט דורך דעם פארלירער פונעם ארגומענט.
3-אויב מעגליך זאל מען פראבירן צו אדרעסירן דעם אנדערן שרייבער ווי איידער דעם ציבור ליינערס.
4- און דער עיקר, נישט צו אטאקירן דעם אנדערען שרייבער פערזענליך, ווייל דאס פארדרייט די דעבאטע.
----------------------------------------
דער ערשטע שאלה וואלט איך געוואלט פרעגן נישט בעניני ערכאות ודי"ת....
נאר בענין דער קידוש ביה"ח פון קהל מהרז"ל.
וויאזוי איז מותר פאר איינעם צו וואוינען אויף א שטח פון א ביה"ח ווי עס ליגט שוין א מת?
מ"מ אין איין מינוט
--------------------------------------
נישט פסקענען, נאר איבערשמועסן הלכה.
ולא יהא תורה שלימה כשיחה בטילה?
______________________
שו"ע יו"ד שס"ח ס"א ביה"ק אין נוהגין בהן קלות ראש כגון לפנות שם או לאכול ולשתות שם
פת"ש סוף אות א' ונראה דוקא היכא שכבר נקבר באותו שדה אפי' מת א' אז נאסר כל השדה
תוקן על ידי rebyankel ב- 27/08/2009 23:43:34