היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוערירי' ! 11 בארן ביימער אין פאללאק'ס בעק יארד

שוערירי' ! 11 בארן ביימער אין פאללאק'ס בעק יארד

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2678291

דעקלעראציע » 27/8/2009 01:30

די זאליבאנער זענען היינט אריין געפאלן אין א פרישע היסטעריע
ענדליך זיי האבן שוין שלום געמאכט אז זיי גיין ליגן מאחורי הגדר ( ווי די מושמדים אין מוסרים מאבד עצמו לדעת )
אין איגעקומען א פרישע בשורה מען האט געטארפן אין פאללאק'ס בעק יארד

11 בארן ביימער

ווי באקאנט איז א פרוכט גאר געפערליך אז מען רירט דערצי, ס'איז דא אן א שיעור מעשיות ואכמ"ל  

ליפא קרויס איז גראד געלאפן צי ר' שלמה לייב וויינבערגער ( א לייכטזינגער דיין ) ר' שלמה לייב האט גראד געזאגט אז
מען קען די ביימער אויספליקן אין טראגן ערגץ אנדערש
( בדרך אגב ר' שלמה לייב קען מען מיט גארנישט טראסטן ער איז געפערליך לייכטזיניג )

ווידער זייער דיין ר' ישראל חיים מנשה האט געפערליךך פארפירט אין געזאגט
אז נישט נאר ווער ס'וועט עס אויס רייסן וועט ליידן, נאר די אלע וואס וועלן קויפן דארט קרקע וועלן קענען דערפין ליידן רח"ל.
 
אבער ווי מען געט איבער גייען זיי אלעס אויס רייסן אזוי ר' שלמה לייב וויינבערגער האט געזאגט.

rebyankel » 27/8/2009 04:41

זיי האבען א פראבלעם מיט א פרוכט בוים?
די זעלבע פראבלעלם וואס זיי האבען צו פראבירן ציברעכן די כח פין א מרא דאתרא האבען זיי מיט אויסרייסען א פרוכט בוים, ה''י

חייםחייקל » 27/8/2009 05:19

עטץ קענטס יעצט אויפנעמען נחום ראזענבערג צוליב די געפערליכע שוערירי' 

אבער וואס ווינדערט מיך איז ווי אזוי סהאט געדארט אזוי לאנג ביז די מעשה איז פאבריצירט געווארען, געווענליך נעמט עס נישט אזוי לאנג

מן הסתם איז מען געווען ביזי מיט פאבריצירען אנדערע באבע מעשיות

איך וואלט ענק אנגעריפען - מעשיות פאברעצירער "העולמי"

אדמיראל » 27/8/2009 07:06

איך הער אז ס'רודערט זיך דערוועגן ביי די זאליס.

בלעקבערי » 27/8/2009 16:25

אז מען קען "אויסרייסן" שטיקער פון די תורה הקדושה האט מען גאנץ א קנאפן פראבלעים מיט אפאר פרוכט ביימער.

פארשטיי » 27/8/2009 17:42

מאיר ראטה זאל לעבן, האט היינט פארקאלאמירט, אז עס איז נישט קיין פראבלעם, פון יעדע שלעכטס קימט ארויס גוטס,
מען וועט אויסרייסען די פרוכט ביימער, וואס אויף דעם קימט ליידער דער עונש פון מ.....
אזוי וועט מען קענען גענוג שנעל אנפילען די פאלאק סעמעטערי, און ביז א פאר יאר וועט עס שוין זיין פולער וואו דער סאמארע  בית החיים!
 
וראים הדבר למי שאמרו!!

דעקלעראציע » 28/8/2009 01:34


די פרוכט ביימער ביי פאללאק'ס לאט וואס ר' שלמה לייב האט געגעבן די היתר אויס צירייסן

[בילד – נישט אפגעהיט]

דעקלעראציע » 28/8/2009 01:38


א ציטער דער בלודאזער רייסט אויס די פרוכט ביימער

[בילד – נישט אפגעהיט]

דעקלעראציע » 28/8/2009 01:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 28/8/2009 02:03

אימגלויבליך!!
ווער האט אזעלכע ברייטע פלייצעס??

דעקלעראציע » 28/8/2009 02:05

דעס איז חלק פין די השכלה פין ר' שלמה לייב וויינבערגער ברענגט אריין ביי די זאליס.

יעקב_שמשון » 28/8/2009 02:41

אין נאכדעם ווינדערט מען זיך איבער די צרות וואס טוט זיך ביי די זאלי לאגער

שומר שמים ווי האט מען נישט מורא מיינען זיי די וועלט איז הפקר ?

ביבער » 28/8/2009 07:56

איך האף אז ס'איז נישט אמת,  ווייל ס'קען רח"ל שאטן פאר א יעדן איינעם.

דעקלעראציע » 28/8/2009 21:59

ר' שלמה לייב וויינבערגער האט היינט געזאגט פאר פנחס בינימן יאקאבוויטש
אז מען מעג לצורך מצוה אויס רייסן פרוכט ביימער

מען דארף דעם ר' שלמה לייב באשייגצן אין די גאס פאר זיין השכלה.

rebyankel » 28/8/2009 22:09

גיין צו די''ת טאר מען נישט אפי' לעת הצורך, אפי' ווען ס'דא א מת מצווה,

רחמנא ליצלן!