פין אימעיל
לייג עס ביטע אויף היידפארק
דער כולל בוקר, ווערט געפירט דורך הרה''ג ר' העניך אשכנזי שליט''א מו''ץ שכינת עצי תמרים, אין שפילט נישט קיין שום ספעציעל ראלע אין די סאטמערע מחלוקה.
היינט ציפרי ווען ר' יושע פנחס איז געגאנעגן נאך געלט אין מורטעל ווי עס דאווענען א שטארקע פראצענט סאטמערע יודן, (ציליב דעם וואס דער נייע פראכטפולער ביהמ''ד ברך משה אויף פרענקלין איז נאכנישט פארענדיגט,) האט ב'ב' אויסגעגאסען זיין כעס, {נאכ'ן געווינס פין פארגאנגענם דאנערשטוג ספעציעל ווען די גאנצע וועלט האט געזעהן ווער ס'האלט ציריק מיט מסירת נפש אז די סיכסיך זאל אנקועמן צו א בית דין} אין מיט רשעות'דיגע קולות באזידעלט ר' יושע פנחס, אין זיי זענען נישט געווען ציפרידן ביז מ'האט אים ארויסגעטראגען פין שול מיט בושות וחרפות בפני כל עם ועדה, ווי ס'פאסט פאר די זאלי'ס אין זייערע פירער.
ווען ר' יושע פנחס ווייסט נאך יעצט נישט וואס זיין חטא איז געווען.
נאר אזווי זיי פראבירן צו פארקויפן אז זיי האבען זיך אפגעשאקעלט פין אים, זעהט אבער יעדער איינער אז, צו זיי ווילן צו נישט פירט ער זיי היינט צו טאגס, זיינע פאנטאזיעס אין קללות ליינען זיי אין גלייבען זיי אין דער איד אין ביי פארמעליך, אין וועט זיי פירן אין פאללאק'ס לאט לאחר מוע''ש.
{לדוגמא: ביי די פייט פין א ב יאקאבאווויטש מיט אים, אויב מ'זאל אויפזאעגן ר' שלמה שמש, ווערט האט אויסגעפירט???}
תוקן על ידי nuremes ב- 26/08/2009 20:54:21