היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » העלפט דזשעי נעט באנוצער!!!!!!!!!!!!!!!!

העלפט דזשעי נעט באנוצער!!!!!!!!!!!!!!!!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2677772

האמתנעדרת » 26/8/2009 03:49

 

עס ווערן כסדר ארויפגעלייגט דא פארשידענע אינטערעסאנטע קליפס פון היסטאריע און נייעס געשענישן, מאיזה סיבה שהוא האט מען אויסגעוועלט די אכסניא פאר די אלע קליפס אויף א סייט וואס איז מלא וגדוש מיט נאך הונדערטער און אפשר טויזענטער שמוציגע קליפס פונעם ערגסטן סארט, און דאס האט צוגעברענגט אז די אלע וואס מיינען אמת'דיג דעם אל תביאנו לידי נסיון, און נוצן דעם "דרכא אחרינא" פון דזשעי נעט, קענען נישט צוקומען צו דעם סייט, און ממילא קענען זיי נישט זען די אלע קליפס וואס איז יא אידישלעך.

אויב דאס וואלט געווען דער עיקר פראבלעם החרשתי.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט, נאכן אויספרעגן ביי עטליכע באקאנטע, אז דער ביטערער מציאות איז, אז כמה וכמה יונגעלייט וואס האבן אינטערנעט מאיזה סיבה שיהי', און וואלט גערן געטוישט אויף דזשעי נעט, ווייל למעשה רעדט מען דא פון ערליכע יונגעלייט וואס זוכן נישט קיין שמוץ, און מיט דעם אלעם האבן זיי א גרויסן נסיון נישט צו טוישן מחמת איין איינציגע סיבה, ווייל זיי גייען נישט קענען האבן קיין צוטריט צו יו טוב.

נאכאמאל איך האב עס פעסגעשטעלט ביי עטליכע אינגעלייט, וואס זאל מען טון, זיי זענען נייגעריג נאך נייעס, פאליטיק, און זיי מוזן זען יעדע קליפ וואס מען שטעלט ארויף.

באזונדער האט זיך שוין יעדער דא באגעגנט מיט א געשריי ביי אסאך אשכולות "דזשעי נעט באנוצער"...

נו איז יעצט מיין שאלה, איז די וועלט טאקע אזוי קליין און געצוימט, איז נישטא נאך אזא ענליכע סייט ווי מען זאל קענען ארויפלייגן די קליפס.

און צו איז נישט די זעלבע גרינג די זעלבע קליפס ארויפצולייגן אויף יו סענד איט?

 

ווער עס קען העלפן זאל זיך ביטע אנרופן, און האבן א חלק ארויסשלעפן יונגעלייט פון אומגעפילטערטע אינטערנעט

 

יישר כחכם

בלעקבערי » 26/8/2009 04:27

אדרבה!

זאג פונקטליך ווי אזוי מען מאכט דאס באנוצליך פאר די JNET באנוצערס

and i will be more then happy to make it possible

elmonsey » 26/8/2009 16:37

קליפס פין יוטוב קען ארויפלייגן אויב איינער שיקט מיר די לינק איך וועל זיך זייער פרייען עס ארויפצילייגן

לעבעדיגער » 26/8/2009 18:12

איך מיין אז מ'זאל אנפאנגען צו אפלאודן ווידיאו'ס אויף  http://www.frumtube.com/

דזשעי נעט לאזט דאס דורך, עס איז זייער א ערליכער סייט, א אידישער ווידיאו שערינג סייט.

העלד » 26/8/2009 19:29

איך וואלט געראטן אז דער מנהל זאל עס אינפארסירן אז מהיום ולהבא זאל נישט טארן זיין דא
א קליפ פון יו-טוב,  און מיט דעם וועט ער זעכער צוריקהאלטן אידישע קינדער פון זיך דערזעהן אויף
נישט ריינע פלעצער.
איך האף אז דער מנהל זאל מסכים זיין דערצו.

rebyankel » 26/8/2009 19:33

העלד איך בין שטארק איינשטימינג מיט דיר
אויב מ'וועט שאדען צו קענען זעהן אפאר געפעלטשע קליפ'ס וועט אויך נישט זיין עק וועלט

highliter » 26/8/2009 20:50

איך זעה אז עס איז גרינג אריבער צי לייגען פין יו טאב


Did you know that you can grab videos directly from YouTube?

האמתנעדרת » 26/8/2009 21:37

רבייאנקל, ביטע מיש נישט דא אריין פאליטיק, דא רעדט מען פון אידישקייט זאכן, אגב אויב מעג איך פרעגן הויך, דו האסט דזשעי נעט???????

און יישר כח פאר די אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן.

מי יתן והי' אונזער מנהל זאל אננעמען דעם פארשלאג פון  העלד

rebyankel » 26/8/2009 21:41

יא כ'האב ב''ה א פילטער, איך האב שוין דערהערט א פריעדיגער רוף פין רבינו שליט''א אין פין די גדולי ישראל שליט''א

אין איך זעה נישט קיין פאליטיק אריינגעמישעכטס, כ'האב נאר געזאגט אז אויב איינער וועט באוויינען עקסעס צו יו טוב, ציליב דעם וואס ער וועט נישט קענען זעהן יאשקע'ס געפעלטשעטע קליפ'ס וועט אויך נישט זיין עק וועלט.