יעצט אין גראסערי ווארטענדיג אויפן רעזשיסטער, האב איך געבלעטערט דעם שמיציגען איד, וויפיל מ'האט געמיינט האט מען זיך אינטערגעשאצט!
קללות אויף די העכסטע טענער, זיי פיטערן זייערע קעלבלעך ווי נורסערי קינדער, (אז די קעלבער גלייבן אלעס, איז ער גערעכט)
ער ווייזט דארט א מעפ, וואס מ'קען זעהן אז פאללאק'ס לאט איז אזוי גרויס אדער גרעסער ווי די אלטע ביה''ח....... וכו'
ווער עס קען זאל עס אריינסקענען, זאל יעדער הנאה האבען.
צום ענין פין מיין לעצטע תגובה:
כ'האב עס יעצט קאנפורמד: די אלמנה האט אליין'ס גערופן דער בלאט מ'זאל נישט באשרייבען די פארווייטוגטע פרשה ווי מ'האט געניצט איר מאן / טאטע פין אירע קינדער פאר א שעיר לעזאזל, אין דער בלאט האט געטנפערט, אז ס'איז ערלעדיגט - טראץ וואס געוויסע עסקנים האבען געבעטן מ'זאל יא שרייבען, וויבאלד ס'איז א זעלטענע געלענהייט ווי די זאלי'ס האבען געוויזען פאר די גאנצע וועלט אז זיי זענען פין אייביג מסרב לדין אין הולכים בערכעות אן קיין שום היתר ר''ל, אבער דער בלאט האט פארלאנגט אז משה דער געוועזענער משתב''ק זאל אינטערשייבען ''אביסעל טינט'' אז דער משכיל'שער איד גייט אויך נישט שרייבען, אין וויבאלד זיי האבען געזעהן אז די חתימה קומט נישט אן, האט דער בלאט געלאזט וויסען פאר די אלמנה אז זיי לייגען עס אין א עקסטערע ביילאגע אין זיי וועלן ווארטן אויף ציפרי אין אויב זיי זעהן אז דער איד שרייבט עפעס שמיץ גייען זיי אריינלייגען דעם גאנצען ביילאגע, אין ווי פארשטייט זיך, היינט אינדערפרי ווען דער משכיל'שער איד איז ארויסגעקומען איז דער בלאט געגאנגען צום דרוק, מיט א הערליכע ביילאגע, אין דעקט אויף אלע פאקטן, מיט א הערליכע קלארקייט, וירא הקהל וישפוט.
משה! מ'האט דיר געבעטן.....
כ'האב מורא פארמגעליך באקומט נישט באצאלט די וואך..... די מוחות זענען נישט מסודר.
תוקן על ידי rebyankel ב- 27/08/2009 21:36:57