היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויילאנד ברעכט זיך נעמט אויף א משגיח פאר עצמות וגידין

וויילאנד ברעכט זיך נעמט אויף א משגיח פאר עצמות וגידין

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2677548

פעטרסאן08 » 25/8/2009 18:32

נאך גרויס פרעשור האט זיך זאלי/וויילאנד נעכטן צי ערשטן מאל געבראכן אין זיי האבן אויף גענימען א משגיח פאר עצמות וגידין
א חרפה אין א בושה נאכדעם וואס אלע שלאכט הייזער האבן שוין לאנג אויף גענימען האבן זיי זיך דערמאנט דאס לעצט
דאס קאנפירמט אז מען קען זיי מיט קיין השגחה נישט טראסטן.

סקאטמאלען » 25/8/2009 18:43

"עצמות וגידין"? וואס איז דאס?

rebyankel » 25/8/2009 19:29

נאר קלאר צו שטעלן
וויינלאנד באלאנגט נישט פאר זאלי, עס באלאנגט פאר עטליכע שותפים צווישען זיי הרה''ח ר' בערל זילבערשטיין פין בעלזא הישן, וומ''ס, איינעם לייפער, אין איינער ראבב (א 90 יעריגער יוד וואס וואס וואינט אין ניו זשערסי, א שומר שבת,ער איז די מערסטע אקטיוו) אין כ'מיין אז נאך איינער וואס כ'דענק נישט זיין נאמען.

ככ'הער אז זיי פלעגן פראבירן צו פאלגן יעדע הוראה וואס רבינו שליט''א פלעגט זיי בעטן בשעת די סאטמערע בוטשער'ס פלעגן נעמן פין דארט (פארשטייט זיך  אליין אז די רבי שליט''א האט נישט געקענט פארלאנגען א פערטל וויפיל ער פארלאנגט יעצט אין אינזער אייגענע בית השחיטה אין ק''י)

צום ענין: נאכדעם וואס ציליב קנאה, תאווה, שררה וכי' האבען די זאלי'ס איגנארירט דעם פראבלעם פין ''צומות'' הגידין, ווייל ס'האט געדארפט שטימען מיט א לעכערליכע סקאנדאל וואס די מרי לב האבען פראבירט אויפצושפילען קעגן דעם בית השחיטה המהודרת אין ק''י, נישט קוקענדיג אז מ'איז דא מכשיל זייערע מענטשן מיט א ספק טריפה, ווייל לויט די הוראה פין הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט''א הייסט דאס יא א מיעוט המציו אין מ'איז מחיוב בודק צו זיין פינקט ווי אין א''י, אין זיי האבען ניטעמאל פראבירט צו פארלאנגען פין די פלעצער ווי זיי נעמען זאלען אנהייבען בודק זיין {אין אנשטוט דעם געלייגט א עד אינעם שמיציגען איד פאריגע וואך, אז דארט פין ווי זיי נעמען איז נישט דא די פראבלעמען....... (קען זיי זיי נעמען פלייש וואס איז געשחטן 6 חדשים ציריק..... אדער נעמען זיי פלייש פין טשיקענס וואס האבען נישט קיין גידין....)}

למעשה האט אבער דער בעל מכשיר פין וויינלאנד - התאחדות/הגר' הילל וו''ב, עס יא פארלאנגט, נאך די רוף פין כ''ק רבינו שליט''א במעמד אלפים כ''ו אב העעל''ט,

האפענטליך וועט מען בקרוב פטור  ווערן פין דעם וויירוס, (זיי זאגען עס ס'קען זיך שלעפן יארען לאנג, אין אפי' אויף אייביג, פינקט ווי אין א''י, זייט הגר''מ בראנסדארפער ז''ל האט אנדעקט אז מ'הייבט אן צו טרעפן האלט מען אין איין טרעפן, דערווייל)

ארגינעלער » 26/8/2009 01:35

 א סאך קרעדיט קומט זיך פאר ר' לייביש פרידמאן
ווייל ר' שלמה לייב וויינבערגער האט אים פורבירט צי פייטן נישט צי צי לאזן א משגיח
ווער ס'קען ר' שלמה לייב ווייזט ער איז א דורכגעטראכטער מענטש אין ער האלט זיך פאר די חכם ביי די זאליס.
אבער פין די אנדערע זייט איז ער אויף געקלערטער מענטש וואס גרעניצט זיך אביסל מיט השכלה אין ליצנות 
אין ער האט געפייט מיט ציין אין נעגל נישט צי צי לאזן קיין משגיח בודק צי זיין עצמות וגידין 

ב"ה ר' לייביש פריעדמאן האט אויס געפירט. 

חייםחייקל » 27/8/2009 05:28

מעשיות פאברעצירער "העולמי"

שוין ווידער ביי דער ארבעט

אדמיראל » 27/8/2009 07:05

איך ווייס נישט ווי אזוי התאחדות הרבנים שעמט זיך נישט ארויס צי לייגן א מודעה
אז זייערע משגיחים האבן גארנישט געטראפן אינדערצייט וואס איך האב גערעדט צי א משגיח אין מען האט יא געטראפן

ווי ס'קוקט איס איז דאס נאך א סקאנדאל ביי התאחדות אזוי ווי מזונות מבין וואס איז געווען אפען אין שבת
אין די שמיטה דערי לולבים

שעמט'ס ענק התאחדות

פעטרסאן08 » 28/8/2009 21:44

אין דעס אז התאחדות האט גראד אנגענימען א הכשר וואס דער וואלאווער רב האט אראפ גענימען

התאחדות הרבנים איז היינט צי טאגס דא נאר פאר איין זאך, געלט געלט געלט 
אויסער דעם אינטערסירט זיי גארנישט 
זיי האבן פארלוירן זייער ברענד נעם אין זיי געבן א הכשר פאר זייער ביליג 
אין זיי קומען קיינמאל נישט אראפ צי  פאבריק .

פעטרסאן08 » 28/8/2009 23:33


די בליק וואס די וועלט האט אויף התאחדות הרבנים


[בילד – נישט אפגעהיט]

דער_פוסק » 31/8/2009 05:40

הרה"ג ר' שלמה ליב  וויינבערגער שליט"א עסט בכלל נישט פון וויינלאנד, נאר פון קאהן, וואו מ'איז בודק צומת הגידין (צי זיי זענען מומחים? ווייס איך נישט, אבער כאטשיג איז מען בודק). וויינלאנד איז דערווייל נישט בודק, און הרה"ג ר' לייבוש פרידמאן שליט"א האט דערמיט גארנישט. ביטע גיט אכטונג בעפאר עטס שרייבטס.