געשריגן גזלנים חמסנים מען קען אויף דעם נישט תשבוה טיען
רויבער וואס די ביסט הגז"ל געב צוריק קודם דיינע גניבות
הערט'ס אויס 6:50
עה! איין מינוט אפשר קומסטו צו דין תורה?
אנדערע זאגען הא לן הא להו, און פאר די זאליס קען אפשר יא העלפען תשובה אויף גניבה, למעשה שטייט דאך פאר איינעם "והישיב את הגזילה"
נ.ב. אלטס דבר בעיתו מה טוב, וואלט גלייך געווען פאר ווער עס קען נאכאמאל ארויפצולייגען דא שאול'ס דרשה
די זאליס שרייען ער איז א אויסגעצאלטער מעמבער, לא יומתו בנים על אבות .
א פלא ווען הרב חיים הערש טייטלבוים דער זין ווילאמסבורגער רב שליט"א האט בר מצוה געהאט
איז די רבי דער ברך נישט געקומען צי די בר מצוה, מיט עפעס א תירוץ ווייל (ער) מ'האט געפירט א מערכה מיט הרב ר' מענדל באותו שעה.
לכאורה לא יומתו בנים על אבות, וואספארא מערכה פירט מען מיט הרב חיים הערש
ס'איזס דאך הרב חיים הערש'ס בר מצוה
נאר וואס דען במדה שאדם מודד מודדין אותו, שן תחת שן.
צווייטס
נעכטען איז געווען די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס ר' זלמן לייב האט פארלוירן א פלאץ וואס ער האט זיך אינגערעדט אז ס'איז זיינס.
ס'האט יעדער באמערקט אז ער האט זיך אויף געפירט פשוט ווי א צידרייטער, ער האט ביהוועט ווי א בארירטער מענטש ל"ע, ער דערהייבט נישט קיין דורכפאל , ער פאלט אריין אין א היסטעריע.
פין ר' אהרן האט אסאך מער ציגענימען ער האט נישט געזאגט קיין ווארט
ער האט זיך נישט אויף געשטעלט שרייען גזלנים חמסנים ס'וועט נישט העלפן קיין תשובה.
תוקן על ידי מישמאש ב- 21/08/2009 20:34:57
דא איז פערלשטיין'ס דיבורים:
[בילד – נישט אפגעהיט]
......
[בילד – נישט אפגעהיט]
.......
[בילד – נישט אפגעהיט]
......
[בילד – נישט אפגעהיט]
יא יא דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט
אז ער האלט אז סאטמאר האט אים עפעס בא'גנב'עט, דעמאלט פארוואס קומט ער נישט צו דין תורה?
מעגליך איז זיין מיינונג אז גיין ע"פ תורה איז מען א גזלן רח"ל?
הייסט דאס אז נאר א גוי'אישן ריכטער קען פסק'ענען ווער ס'איז דער גנב ח"ו?
רב נועם הערכאות, דיין טאטנ'ס תלמידים וחסידים שריען שוין 10 יאר קום צו דין תורה, אז די האלסט אז זיי זענען גאר די גזלנים, נו, זאלן אידישע דיינים זאגן ווער ס'איז דער גזלן, פארוואס ווילסטו דוקא ענדערש הערן וואס - להבדיל אלף אלפי הבדלות - דער גוי האט צו זאגן?
וועם ווילסטו דא פאפן? מיינסט אז אויף יענע וועלט וועט מען דיר נישט שמייסן פאר יעדע איינציגן מינוט וואס די זיצט אין די גע'גנב'טע בנינים?
מיינסט אז אויף יענע וועלט וועט מען דיר נישט שמייסן פאר יעדע סקונדע וואס די זיצט אין געריכט?
ביסט דיר טאקע דרייט מקריב צו זיין פאר דאס ביסעלע כבוד?
אתה עתיד לתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא. דעמאלט וועט נישט העלפן קיין שום טענות ומענות.
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 23/08/2009 15:30:27
מיך ווינדערט עפעס אנדערש.
ביז פאר צוויי וואכן צוריק צוריק איז אין דער איד געווען הכחשות אז די אהרוינים זענען קיינמאל נישט
בעל בית, אין זיי האבן געהאט טשעקס וואס מען געט פאר יודא אליזער יאקאבוויטש
אין די זאליס זענען יעדעס מאל געווען מלא שמחה.
פלוצלים די זאליס עפענען אויף זייער אייגענע בית החיים ווערן די אהרוינים טעראריסטן למפרע
אז זיי טעראריזירן שוין יארן לאנג, ענדליך איז מען פטור געווארן פין זיי אין די שמחה איז ווידער אין לשער.
|