[מיטן רשות פונעם מנהל עפן איך א באזונדערן אשכול, פון בלויז געדאנקען איבער די היינטיגע פאסירונג]
אקדמות מילין מוז איך אפגעבן א שבח והודיה פארן בוכ"ע וואס ער האט אונז מזכה געווען אין דעם טאג אז דער בית החיים וואס איז מקום מנוחת קדשם פון רבוה"ק זי"ע זאל באפרייט ווערן פון זייערע גרעסטע שונאים. ס'וועט מסתמא אויסזען איבערגעטריבן פאר אסאך ליינער, אבער איך פערזענליך האב אלעמאל געהאט אויסטערלישן צער פונעם פאקט אז רבותינו הקדושים, במיוחד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, זאל דארפן ליגן אין איין ביה"ח מיט די אידן וועלכע האבן אים אלע יארן געצאפט דאס בלוט, און אפעקטיוו אונטערגעבראכן זיין הנהגה מאל נאך מאל מיט די גרעסטע עזות און חוצפה.
ס'איז גענוג צו כאפן א בליק איבער די אויסטערלישע פרעכהייט פון זיינע אייגענע קינדער, ביידע מיט גאנץ אייניגע 'רעכטן' צו זייערע פאלש-ערווארבענע טיטלען - וועלכע וואגן זיך צו שטעלן מיטן רוקן צו זייער אייגענעם טאטן דער קדוש עליון, יאר נאך יאר, אבי נישט חלילה אויפצורעגן די לעפקעס און יעפקעס דורכ'ן שטיין מיטן רוקן צו די 'הייליגע' רעבעצין! - און פארשטיין וואספארא צער רביה"ק זי"ע האט בגנזי מרומים ווען די נידריגע חברה טיילן מיט אים די זעלבע ערד.
כ'בין טיף איבערצייגט אז דער היינטיגער נפטר האט געהאט עפעס א זכות, ומגלגלין זכות ע"י זכאי, אז דורך אים וועלן רבוה"ק זי"ע באפרייט ווערן פון ליגן בשכינות צדיק אצל רשע - וואס א טייל פון די רשעים האט מען געקענט זען היינט אויף פאלאק'ס לאט, מיט די זעלבע שיפע הוטן און רציחה'דיגע אויסדרוקן אויפן פנים וואס זיי האבן געהאט בחיים חיותו פון רביה"ק זי"ע ווען אימער זיי האבן דערמאנט זיין הייליגן נאמען.
--------------------
פון די אנדערע זייט מוז מען ארויסברענגען שווארץ אויף ווייס דעם שרעקליכן ווייטאג אויף די מעשה נורא וואס האט זיך היינט אפגעשפילט.
דוכט זיך אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די אידישע היסטאריע וואס אידן זאלן מסרב זיין לדין מיט אזא מסירות נפש!
ס'איז מתו מוטל לפניו, ער איז שאקירט און צובראכן על פתחו של גיהנום, נארוואס זיך אומגעקערט פון זיין איבערגעריסענע וואקאציע, און זיין הויפט דאגה איז אז דער סכסוך זאל 'חלילה' נישט אנקומען צו קיין דין תורה!
חודש אלול קלאפט שוין אין טיר, מארגן גייט מען שוין בלאזן שופר, אבער זיינע פארשטייפטע הארץ סטרונעס געבן זיך נישט קיין ריר. זיין אייגענעם זוהן איז ער מקריב אויפן מזבח פונעם "מולך", אבער צו דין תורה טאר מען נישט גיין!
מ'וועט אין איילעניש אפירקראצן עפעס א זייטיגע פארלאזטע קרקע, אינמיטן א וואלד, לאזן דעם אייגענעם זון ווערן א שפיל געצייג אין די הענט פון רשעים וועלכע ציטערן פון דין תורה נאך ארגער ווי פונעם טויט, זיך נישט רעכענען מיטן ביטערן געוויין פון די פרישע יונגע אלמנה וואס וויל אז אירע קינדער זאלן האבן א נארמאלע געלעגנהייט צו גיין אויף זייער טאטנ'ס קבר, נאר שנעל געלאפן מקדש זיין א נייעם בית החיים, אין ראש חודש, צו פארזיכערן אז אורטיילן אין סאטמאר זאל דוקא דער שווארצער כאלאטל און נישט די שווארצע בעקיטשע!
שומו שמים על זאת!
פאר אייגענעם פאליטיק און שררה באגראבן א קינד אויף אזא מבוזה'דיגן אופן!

תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/08/2009 7:33:52
תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/08/2009 7:35:03