די עולם ליידט אביסעל אויף שכחה.
מוועט דערמאנען דעם ציבור, אפאר חדשים צוריק האט "סופערמעסי" אויפגיקלערט מיט א מין בהירות וואס סלאזט זיך נישט זאגען, און אויפגעוויזען די פאלשקייט פון די אזויגערופענע "רעביזיכרוינעליבראכע" אידען, אז דאס איז פאלש מעיקרא ועד סוף, און אין איין ווארט אויפגעוויזען אז רבי ז"ל מיינט ר' געציל בערקאוויטש, נישט ר' ז"ל פיליפ, און די אלע וואס זענין זיך מתנגד צו הנהגה וואס פירט סאטמאר די לעצטע 30 יאר צום גוטען, קומט פון פאלנע פריוואטע חשבונות און דעמראלאזאציע [והא ראי' די ערשטע גילעגנהייט צוריק צוקימען זענען זיי אלע ארויס פון מייז לעכער מחזיר זיין די יושנה, אויסגיהונגערט פאר עקשאן און צוריק אריינקומען אין סאסייעטי, אוועקוקענדיג פן זייער פאלשע טענה יארען לאנג אז די רבי ז"ל האט נישט קיין ריפלעיסמענט, וואס אין אמת האט ער טאקע נישט, נאר יעדע רעכטדענקיגער מענטש ווייסט די כלל פון דור דור ודורשיו].
די בהירות איז אזוי קלאר שאין עליו פירכא, און אפי' די מזייפים פון די פורום השני, האבען זיך נישט גיטרויט מיט פאלנע שקר און מעשיות צו צימבלען די מאמרים זעלבסט, נאר זענען אויפגעקומען מיט א הבה נתחכמה, נעמליך צו שרייבען די היסטאריא לויט זייער פרעספעקטיוו.
פאר מגייט ווייטער זאל מען זיך מתבונן זיין, סטייטש דא קומט איינער [סופערמעסי] וואס ווערט פארופען לויט זיי [כהעל שרייבען די טיטול כללי וואס סקומט ארויס לויט רוב זייער אפשאצונגען] אן אפיקורוס ל"ע, אין שרייבט ווי פאלש זייער גאנצע סייקאלעדשי לויפט און צולייגט די זאך אויף קליין געלט, און איז מסביר מיט דברים פשוטים [לאפוקי מיט סיפורים פון אישית], און פשוט און פראסט צולייגט אלע זייער הנהגות און זאגעכטצער און קאנטראסט צו די נארמאלע שטייגער פון טראכטען און יעדער האט גיזעהן ווי "ופרשו את השמלה" דברים מחוורין ובהירין שאין עליהן תשובה.
וואלט די ריכטיגע ריאקציא גיברויכט זיין מיט א "דע מה שתשוב", נאכדערצו ווען דער אפיקורוס בעצם איז א פשוטער יצא מדעתו'ניק [לויט זייער מיינונג] און שרייבט נישט צום זאך, וואלט מיט א געלונגענער מאמר גיקענט אפווענדין זיין גאנצע געביידע, אנשטאט האט מען נישט גיהערט קיין פיפסט וואס ווענדט די דאזיגע מאמרים זעלבסט, נאר אנגעפאנגען מיט א סעריע ארטיקלען וואס אנהויב זענען די רעלסען פינעם מאמר גיווען פלעין חוזק מאכען פינעם כותב אין אים אהערשטעלען ווי יצא מדעתו, און איצט האלט עס ביים שרייבען פאקטאן און אראפלייגען הנחות [כהעל נישט אריינגיין און קראנטהייט פון די אלע אישיתדיגע עובדות, דאס על איך לאזען פאר אנדערע], פון זאכען וואס האבען פאסירט די לעצטע 10 - 12 יאהר.
נאכמער יעדער פארשטייט אז זייט די מושג פון "אנהענגערשאפט און התנגדות", איז אייביג גיווען אז די פאקט וואס דער "אנהענגער" האט אויסגיטייטשט לשבח האט דער "מנגד" אויסגעטייטשט לגנאי, למשל די מערכה וואס די סאטמאר רב האט געפירט קעגען די ציונים ווייסען זיינע "אנהענגער" [אין די פאל, אנחנו חסידי סאטמאר] אז דאס איז גיווען ריין לשם שמים, ווידעראום די "מתנגדים" האבען אים אויסגיטייטשט אלס פשוטער "אטענשאן סיקער", און כדי צו בארייכען פובליסיטי.
אויך לדוגמא דאס אויפבויען אידישקייט אין אמעריקע וואס זיינע "אנהענגער" וועלען אנדייטען דאס מסירת נפש פון זיך אריינווארפען אין אסטראנאמישער חובות און אויפבויען תתי"ם, מיידעל שולעס, א מהודרדיגע מצה בעקעריי, אוועקגישטעלט א מהודרדיגע סדר אין די שחיטה, ווידעראום די "מנגדים" וועלען דאס אויסטייטשען ווי א פשוטער פראפאגאנדיסט געוויינט פאר תקיע"ש, כל נדרי, הו"ר, אפגעקויפט אלע חסידים פון קלויזענבורגער רב און אזוי האט ער גיקענט נעמען קרעדיט פאר זיך פארין אויפבויען אידיש קייט אין אמעריקע.
לאמיר אריינגיין אין די פרט פון "פרשת בעלזא", ווי סאטמאר רב איז זיך גיגאנגען אויסטענהן מיטן בעלזער רב, די "אנהענגער" האבין דאס גיזעהן ווי א איד וואס דאס הארץ בלוטיגט אים ווי מהאט ארויסגעפאפט א רב בישראל וואס איז אלץ גיווען די סמל פון קנאות, און ארויסדערווישט א היתר, ווידעראום די "מתנגדים" [דהיינו חסידי בעלזא] האבען עס אנגעקוקט ווי א פרעכע חוצפה ווי א רב, יונגער פון זייערס, האט די העזה משכנע זיין זייער רבי דער קדוש וטהור [קוקטס אהן ר' ליבוש [פשעווארסק] וואס האט גילערענט יענע תקופה אין ירושלים אין בעלזא, האט ניטאמאל גיוואלט אנקוקען די סאטמאר רב אין פנים ביי זיין חופה, ווי ער איז גיווען מסדר קידושין].
ממילא מיט סיפורי מעשיות, ווילאנג סדא "אנהענגער", קענען די "מנגדים" פארדרייען פאקטען און אויסטייטשען לגנות ביז איבער מארגען, די אנהענגער עלען אדער עס אויסטייטשען לטובת זייער ריכטונג, אדער גאר אויפקומען מיט אנדערע פאקטען.
נאכמער אלע פון אונז וואס זענען שוין גיווען חתונה גיהאט ביי די התפרצות, שטייט אויף זיין צד, טאקע פארן אויסטייטשען די אלע מעשיות וסיפורים לגנות אדער לשבח, ממילא זענען די אלע רייד ווי "קמח טחינא טחין" אוין מאלט פשוט וואסער, אויף וואס אונז האמיר זיך גיטענה'ט בשעתו אין די מקוואות אין קאווע שטיבער, די אלע רייד זענען גוט אפשר פארן נייער דור.
יעצט אז מקוקט מיט א ניכטערע בליק, איז אזוי, סופערמעסי האט אפגעשריבען דאס זייניגע, אויפשאקלאנדיג די יסודות הפארטיי פון די מנגדים, און "פרעדיגער פארמעגליך" פרובירט דאס צו פארווישען מיט פארציילען שיינע מעשיות, וואס אויסער אריינגיין אין די אוטענטישקייט פון די ענינים פארשטייט יעדער אז די צד "אנהענגער" קענען אלעס אויסטייטשען לשבח.
בסך הכל איז אזוי, די קלארער געווינער פון די אלעם באקאנטע דעבאטע "וועמענס מהלך המחשבה איז די ריכטיגער", איז קליפ און קלאר, אנע דעם מזאל אפווענדין "פרעדיגער פארמעגליך"ס רייד, ווייל ווי פריער געשמועסט זענען די אלע שיינע מעשיות און פאקטען וואס זיי טייטשען אויס לגנות, בכלל נישט די תשובה אויף די אלע קלארער מאמרים וואס דער כתבא רבה סופערמעסי האט ערווענט, סנאר זייער בליק אויף די היסטאריע, זייט די מחלוקה האט אויסגעברויכען.
ממילא מיט נישט אפענפערין בלייבט זייער פאלשער סייקאלעדשי אפגעפרעגט מתחילה ועד סוף, נאר אזויפיהל ווער עס וועט נעמען די מיה און פארשרייבען און פארטייטשען די אלע פאקטען לשבח פאר די נייער דור וואס וואקסט אונטער תבוא עליו ברכה.

תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 19/08/2009 0:40:52