תועבה עליך וויליאמסבורג ! היה לא תהיה !
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2673419
דעם בריוו פון דעם שחצן
משה דוד נידערמאן
ווי ער הייסט אז מ'זאל שטימען פאר א קאנדידאט וועלכער שטיצט די תועבה געזעצן.
ווען ס'איז פאראן א קאנידאט וואס איז דערקעגן.
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז דאס האבן מיר דערלעבט, אז מ'קקען שוין הייסט אינדארסירן לכתחילה צו שטיצן א תועבה קאנדידאט, געוואלד און געשריגן, און דער פארטרעט נאך וויליאמסבורג.
שומו שמים, מ'דארף אויפרידערן די וועלט !
[בילד – נישט אפגעהיט]
מיר מוזן באקעמפן דעם שלאנג פאר יעדן פרייז
מיר וועלן נישט דערלאזן דעם תועבה קאנדידאט אריינקומען
מיר רופן אויס צו דעם מושחת נידערמאן
נעם אראפ דיינע טריפה'נע לאפעס פון אונזער הייליגע שטאט
[בילד – נישט אפגעהיט]
ער שטעכט אריין א מעסער אין אלע רבנים פין פאריגען דור, וואס האבען אינטערגעשריבען א קול קורא דערקעגן, צווישען זיי האדמו''ר מ'קאשוי ז''ל
בכלל איז צו שטוינען, ווען דער לעווין לויפט קעגן א היימישע יוד, א תושב אין וומ''ס מיט א היסטארי פין שתדלנות למען אחב''י, אין די זאלי'ס אינדארסירן א גוי, אלעס צו געפעלן דעם אנטיסעמיטישען לאפעז, מ'דארף אויפשורמען גאנץ וומ''ס קעגן אזא שמיציגע אקט
זאל ער זיך טוישען זיין נאמען אויף USOיונייטעד ספאנישע ארגענעזאציעס,
איינער וואס קען אינדארסירן, א גוי וואס לויפט קעגן א יוד, מיז זיין א........ פארביטערטע 'זאלי'ס'
וויליאמסבורגער אידן דארפן ארויסגיין פראטעסטירן קעגן דעם פאררעטער פון אונזער פאלק.
דער נידריגער יונג וואס האט זיך ערלויבט צו אינדארסירן א תועבה קאנדידאט !
די תורה הקדושה זאגט ארור
און דער פאררעטער וויל אים חלילה ארויפצווינגען אויף אונז !
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז נישט צום גלייבן וואס דא גייט פאר, די רשעות פון נידערמאן איז שרעקליך.
דא לויפט א קאנדידאט לעווין א משומד, איינער וואס האט פיינט א איד, איינער וואס איז די רעכטע האנט פון דעם שונא ישראל וויטא לאפעז, וואס טוט כל פעולות שבעולם צו טאן אלעס קעגן די אידן פון ווילי, אז די אידן זאל מען פארטרייבען פון דא, און אוודאי זיי נישט לאזן אויסשפרייטען.
א קליינע דוגמה, די גאנצע זאך פארוואס א איד קען א דירה אין די פראטשעקס נישט ביי קומען, נאר אדרבה מען ווארפט ארויס אידן, איז צו פארדאנקען לאפעז, מיט לעווין.
נאר ווי באלד קעגן אים לויפט א איד וואס טוט א גאנצען טאג טובת פאר אידן אן קיין שום טובה הנאה וד"ל, הרב החסיד ר' אברהם יצחק אברהאם ני"ו, וויבאלד ער דינט נישט די זאלי פארטיי 100 פארצענט, און פאלגט נישט אלעס וואס דער פארעטער פון ווילי נידערמאן הייסט, ממילא קומט אים סקילה שריפה הרג חנק, און ווי עס שטייט אין דער איד די וואך אויף ר' אברהם יצחק א גרויסע x אויף אים.
גאנץ וויליאמסבורג זאל אין דער ערד גיין, עס זאל פארברענט ווערן, מען זאל האבן א שונא ישראל פאר א פארטרעטער אלעס ווייל נידערמאן וויל אויספירן.
עס איז נישט צום גלויבען, די אלע וואס זענען בלינד פאר נידערמאן דארפן איצט זיין שטים טויב בלינד וכו' נישט דאס צו זעהן.
איז דען אברהם אן ארוני אז זיי גייען אזוי קעגען אים
א שאד אנציפאנגען א פארלוירענע מערכה לעווין און נידערמאן גייען עס עניוועי מכען
מאטי קאנער יוכיח ! - לעווין וועט בעז"ה נישט ארייקומען !
מיר וועלן נישט דערלאזן אז דער מושחת און שטיצער פון תועבה זאל אריינקומען.
מיר וועלן אויפרודערן די וועלט קעגן דעם תועבה קאנדידאט !
וויליאמסבורג וועט נישט שטיצען צו צעברעכן די תורה הקדושה !
מיר וועלן נישט לאזן טרעטן אויף כל הקודש לנו, ווייל אזוי האט באשלאסן משה דוד נידערמאן.
תורה טרייע אידן וועלן נישט שטיצען פאר א קאנדידאט וועלכער פרעדיגט פאר תועבה !
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' אברהם יצחק אבראהאם ני"ו קען קלאר מאכן די וואלן, ער האט די גרעסטע טשאנס, פארשטייט זיך נאר טאמער אלע אידן פון ווילי שטימען פאר אים, דעמאלס פון די אידן אליין קען ער האבן א 5000 שטימען איז ער א זיכערער געוווינער.
און דאס איז נאר טאמער עס גייט ווי ביז היינט אז דער עולם קומט ארויס זייער שוואך שטימען. אבער טאמער דער עולם וואלט ווען ארויסגעקומען שטארק שטימען ווי אין קרית יואל, מאנסי וכו', וואלט אין ווילי אליינס געקענט אריינקומען אן ערך פון 16-17 טויזענט אידישע שטימען, אין ווילי געפינט זיך בערך 9000 אידישע משפחות, מאן און ווייב, בחורים, מיידלעך וכו', און ער וואלט געווינען מיט א גאר שטארקע ריזיגע מערהייט.
נאר איצט קומט דער ווילי פארעטער נידערמאן, און ווי ער ווייסט אז טאמער אלע אידן וועלן שטימען פאר אבראהאם געווינט ער זיכער, ממילא אנשטאט - און ערגסטן פאל, אז אבראהאם פאלגט דיך נישט וכו', שטיץ נישט קיינעם, שב ואל תעשה, ניין ער וועט טוען און טוט אלע פעולות שבעולם מיט נידריגע פאשקאווילען און שמוץ אז די אידן זאלן נישט שטימען פאר ר' אברהם יצחק, נאר פאר דעם שונא ישראל לעווין, (וואס טוט זיך אן א קאפל אפען פיקטשער מיט נידערמאן...)
שמו שמים!
די בילד איז אינטערסאנט ווי דער מומר טוט אן א קאפעל פאר די בילד לכבודו פין נידערמאן
עס וואלט שענער געווען ווען נידערמאן טוט אויס די קאפעל פאר די בילד לכבודו פין לעווין......
לויטן פלאן, וועט דער לעווין האבען געארבעט פאר מציצה בפה
אין מ'וועט אים רופן מאטי לעווין
זשוליאני,
אפשר ווייסט איר ווי ענקער באליבטער סענאטאר סקוואדראן שטייט אויף די תועבה טעמע? אז נישט קוק דא.
http://www.gothamgazette.com/article/eyeonalbany/20081027/204/2696
Squadron described gay rights as on of his highest priority issues. "I look forward to leading the charge," Squadron said of extending marriage rights to same-sex couples. .
יכול.
דארט ווי ר' מאטי קאנער.
און אז דו פרעגסט יא, פרעג אויך וואס האלט אייזיק אבראהאם?
און איז נישט קיין מצוה צו שטיצן א איד וועלכער וועט אנטשפרעכט צו באקעמפן די תועבה געזעצן
ווי נעמען איינעם וואס וועט קעמפן דערפאר.
ווי איז מענטשליכקייט
ווי איז אידישקייט
ווי איז נארמאלקייט
ווי איז ישרות
געוואלד און געשריגן און גערופן
דאס איז אויסער דעם פאקט אז סטיווען לעווין האט נישט קיין שום שאנס צו געווינען
ווייל 3 קאנדידאטן שטייען העכער אים אין די לאקאלע אנקעטעס
איך ווייס נישט וואס קאנאר האט געהאלטען, איך האב נישט געטראפען פון אים א סטעיטמענט איבער די טעמע, אבער די ביסט דער וואס דרייט איבער א וועלט אז מען טאר נישט אינדארסירען איינער וואס שטיצט תועבה, איז די קשיא אויף דיר ווי אזוי האט עטץ געמעגט אינדארסירען סקוואדראן??
און אלץ א סייד נאוט, עס איז דא נאך פאקטארען אריינצונעמען ווען מען טראכט צו אינדארסירען איינעם, אויסער תועבה, ווי למשל, האויזינג, בראדוועי טרייענגעל אא"וו.
פאקטארן? ווי וואס?
אייזיק אבראהאם האט זיך געבעטן הונדערט מאל צום פירער פון UJO אז ער וויל זיך טרעפן מיט אים.
אבער נידערמאן האט באשלאסן אז ניין.
ער מוז טאן וואס לאפעז הייסט.
בראדוועי טרייענגעל האט הונדערטער אידישע שכנים, און וועסט דיך אוודאי וואונדערן אבער UJO האט קיינמאל נישט געוואלט הערן וואס זיי האבן צו זאגן.
די אידישע איינוואוינער פון דארט זענען נישט מסכים מיט נידערמאנ'ס מהלך
זיי האבן אן אנדערן מהלך, אבער נאכאמאל.
ער מוז טאן וואס לאפעז הייסט.
דער מציאות איז דא איין זאך:
א היימישער איד לויפט, קומט דער פאררעטער נידערמאן און אינדארסירט א גוי גמור. און טוט אים אן א קאפעל און רופט אים ר' מאטי לעווין????
איטס מציצה בפה סטופיד, הא?
און FYI , לעווין איז איינער פון די פראנט ראנערס, אבראהאם האט נישט קיין שאנס צו געווינען.
(Levin's supporters see Simon and Thies as the main rivals, given that a Levin backer has filed challenges at the Board of Elections to petitions by them. Update: The Brooklyn Paper reports today on how, in a recent debate sponsored by the newspaper, the candidates went after Levin, Simon, and Thies. And here's a Brooklyn Rail interview with Simon.)
http://atlanticyardsreport.blogspot.com/2009/08/in-33rd-levin-vs-everyone-else-ay.html
אה שוין, האסט שוין פארגעסען פון די תועבה פראבלעם, מען האלט שוין ביי בראדוועי טרייענגעל...
וואס? אידישע שכנים האבען א פראבלעם דערמיט?, איך ווייס נאכנישט אויב עס איז אמת, אבער וואס איז מיט די הונדערטער אידן וואס וועלען קענען עררייכען עפארדעבעל דירות? מיט זיי דארף מען זיך נישט רעכענען?
די ווייסט גאנץ גוט אז ענקער קעגנערשאפט צו די בראדוועי טרייענגעל איז נאר ווייל ר' משה דוד איז דערפאר.
מארטין קאנער (ר' מאטי) האט געשטימט תועבה.
דא שטייט עס קלאר:
Squadron said he stands by the positions in the book, but he disagrees with Schumer's opposition to same sex marriage, and he would vote for it in the state Senate. Connor also supports gay marriage.
http://www.downtownexpress.com/de_245/formerschumer.html
דער פאקט איז אז אבראהאם האט נישט געקענט באקומען קיין זיצונג מיט נידערמאן.
דאס טייטש אז נידערמאן האט אים בכלל נישט געגעגבן קיין געלעגנהייט צו זאגן זיינע אישוס, ער האט אים בכלל נישט געוואלט אנערקענען (רעקאגנישען), ווער רעדט נאך פון אינדארסירן.
דאס הייסט א פאררעטער
ווען עס קומט צו די אישו פון תועבה
איז נידערמאן פשוט א מושחת פארן אינדארסירן איינעם וואס שטיצט דאס, ווען ס'איז דא איינער וואס קען געווינען, און וועט קעמפען דערקעגן.
רב יכול, ווען עס קומט צו ערוועלן א קאנדידאט ברויכן מיר קוקן אויף עטליכע פאקטארן, אבער בעיקר ווער וועט אונז זיין דאס בעסטע. אלץ אידן האבן מיר אבער נאך מער זאכן אויף וואס צו קוקן, חוץ פאליטיק.
ביים פאליטיק צווישן סקוואדראן און קאנער איז נישט געווען קיינער וואס איז קעגן די תועבה געזעץ, אלזא איז נישט געווען שייך צו זאגן אויב דער אדער יענער איז קעגן אדער פארן געזעץ. ווען קאנער איז ווען קעגן תועבה וואלט דאס געווען דער הויפט שטאף פאר נידערמאן צו פארפירן קעגן סקוואדראן, אויב האט ער אנשטאט דעם געניצט מציצה בפה ווייס איך שוין וואס קאנער האלט.
אין קורצן: קאט די קרעפ! שיס נישט צוריק א קויל אנע אינהאלט.
---
מיר זענען אידן. מיר וואוינען אין וויליאמסבורג.
עס לויפן דא 6 קאנדידאטן, נאר איינער פון די אלע איז א איד, און נאר איינער פון די אלע וואוינט דא אין ווויליאמסבורג.
איז נישט דאס מערסטע מסתבר אז מיר וויליאמסבורגער אידן זאלן לויפן און ערוועלן דעם אידישער וויליאמסבורגער קאנדידאט??!!
ווער דען וועט אזויפיל ארבייטן פאר אונז וויליאמסבורגער איינוואוינער, אויב נישט איינער וואס וואינט אין סאמע צענטער פון וויליאמסבורג??
ווער דען וועט אזויפיל ארבייטן פאר אידישע אינטערעסן אויב נישט דער היימישער חסידישער איד??
ווי שעמט זיך נישט משה דוד נידערמאן צו אינדארסירן א פאלנער גוי (וועלעכער ער האט אנגעטוען א קאפל בלויז פארן בילד בכדאי אוועקצונעמען זיינע שילד געפילן אז ער אינדארסירט א גוי!) ווען צו די זעלבע צייט לויפט א היימישער חסידישער איד, א לאנגיעריגער עסקן וואס מאכט נישט קיין געלט פון אונזער ציבור. ווי שעמט ער זיך נישט?!
איך פארשטיי אז ער איז א בוזעם פריינד מיט לאפעז, אבער וועט ער דען נישט פארשטיין אז מיר אידן ברויכן שטימען פאר א איד??? יעדער מאנגאו פארשטייט דאס.
לעבעדיגער איך בין מסכים מיט דיר יעדעס ווארט, עס איז א גרויסע ווייטאג אז משה דוד האט נישט קיין קאנטראל פון קיינעם ער איז בעל הבית פאר זיך אליין,
און עס איז א גרויסע שאד אז וויליאמסבורג אינדארסט נישט בשלימות אייזיק אבראהם, ווייל ווען גאנץ וויליאמסבורג וואט פאר אבראהם, וואלט ער זיכער אריין געקומען
זשוליאני08 האט געהאט א פראבלעם וועגען בכלל אינדארסירען איינעם וואס שטיצט תועבה נישט קיין חילוק צו איינער לויפט קעגען אים אדער נישט.
ר' משה דוד, וואס ארבעט שוין יארען לטובת וויליאמסבורגער איינוואונער, ווייסט אויך אז אבראהאם איז א חסידישער איד, אבער אזוי ווי ער ווייסט אז ער האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט פאר אונזער אינטערעסע, והא ראיה ערשט לעצטענס מיט'ן בראדוועי טרייענגעל, קומט זיך אים נישט די אינדארסירונג.
די איינציגע שייגעץ שטיק דא איז דער פאקט אז משה דוד נידערמאן האט זיך ניטאמאל געוואלט אראפזעצן מיט אבראהאם צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
איך פערזענליך האלט גאנץ קנאפ פון אבראהאם, און דער פאקט אז ער גייט מיט בארד און פיאות איבערצייגט מיר נאכנישט אז ער וועט זיין דער בעסטער קאנדידאט פאר חרדישע אידן, מעגליך פארקערט.
מיש נישט אריין קיין נארישקייטן וועגן תועבה, ס'איז דא בכלל נישט נוגע [זע באלד], און מאכט גארנישט אויס ווען ס'קומט צו באשליסן וועגן שטיצן א קאנדידאט.
-----------
בנוגע די עצם טעמע.
רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אלעמאל אוועקגעמאכט די טענה אז מיר דארפן אויסקלויבן אונזער שטיצע פאר א קאנדידאט געוואנדן אין יענעמ'ס שטעלונגען איבער הלכה'דיגע טעמעס. מיר וואוינען אין גלות, אונז קען מיר נישט, וועלן נישט, און טארן נישט מאכן אמעריקע אין א אידיש לאנד וואס פירט זיך לויטן שולחן ערוך. אונזער איינציגער מעסטער איז וואס יענעמ'ס קאנדידאט שטעלונגען זענען פאר ענינים וועלכע זענען אונז נוגע.
דער רבי זי"ע איז שארף ארויס קעגן די קול קורא'ס אין תשמ"ב איבער קאטש און די סארט ענינים. דער רבי האט געזאגט אז ביי אונז איז יעדער גוי שמוציג און תועבה, יעדער גוי שטיצט תועבה ביז א געוויסן שטאפל, און זאגאר עפ"י הלכה טאר מען לכאורה נישט דערקלערן אז דעם גוי'ס תועבה איז אונז מער באקוועם ווי דעם אנדערן גוי'ס תועבה.
[צו נוצן א משל פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די אגודיסטישע פראטעסטן קעגן בג"ץ, ס'איז פונקט ווי זאגן אז מיר דינען נאר א פינגער פונעם עגל].
אויב עפעס, איז ענדערש א פראבלעם צו שטימען פאר סקוואדראן וועלכער איז א איד און טאר עפ"י הלכה נישט שטיצן אזעלכע געזעצן וואס העלפן א בן נח עובר זיין אויף זיינע שבע מצוות, כאטש דארט איז אויך לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגער צי אפילו מאראלישער פראבלעם צו שטימען פאר סקוואדראן.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 19/08/2009 23:46:04
לאגיש גירעדט בין איך שטארק מסופק צו א אידישער קאנדידאט איז א מעלה אדער גאר א חסרון?
פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וויפיל בלוט מען שפייט פון אזעלעכע קאנדידאטן אוואו למשל שעלדאן סילווער!
אפשר איין אידישער קאנדידאט וואס איז גיווען גוט איז ר' מרדכי קאנער....
ווייל ער האט AT LEAST נישט גישטערט...
תוקן על ידי לאגיש ב- 20/08/2009 1:49:56
| לאגיש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לאגיש גירעדט בין איך שטארק מסופק צו א אידישער קאנדידאט איז א מעלה אדער גאר א חסרון?
פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וויפיל בלוט מען שפייט פון אזעלעכע קאנדידאטן אוואו למשל שעלדאן סילווער!
אפשר איין אידישער קאנדידאט וואס איז גיווען גוט איז ר' מרדכי קאנער....
ווייל ער האט AT LEAST נישט גישטערט...
|
|
פרעג די ב''פ יודן די חילוק פאר שמחה פעלדער אין זייט שמחה איז ערוועלט
די רעדסט ווי א יודן האסער
האסט אנגעכאפט איין משל, וואס יעדער פארשטייט איז עס נישט קיין ראי' צו אינזער פאל
תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 4:20:24
וועם אינדארסירן די ארוינים/CJC/UJCare/Rabbi Glanz/גרשי שלעזינגער/Mr Katz/חיים ווצ"ב/ דער בלאט/ קיט"ל/ ועוד ?
אפי' מיר זאלען נישט וועלן אבראהאם, מושים אזיהו שיהי'
וועלן מיר האבען א פראבעלם צו אינדארסירן א קאנדידאט א גוי
וואס שטיצט תועבה ווען זיין קעגנער איז קעגן תועבה
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט א היימישער יוד,
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט איינער וואס וואינט ביי אינז אין וומ''ס
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט איינער וואס האט א רעקארד פין דעליווערן, אין נישט קיין הבטחות
יעדער נארמאלער מענשט פארשטייט דאס, אז ווען עס לויפט א יוד אין א גוי וועלט מען פאר א......
מ'דארף זיין א סעלפהעיטינג מענטש, מיט פארהאסטע געפילן, צו שרייבען אזא שמיציגע ארטיקעל וואס דער בעל..... שרייבט אליין אין דעם שמיציגען איד די וואך...