ווי פאסט פאר די פארצייטישע בעלזא, די אורגינעלע בעלזא, די אמת'ע ממשיכים פון די הייליגע יושבים און פון די ביטערע יושבים, די וואס האלטן נישט פון טעיפס און פארענטשעס און פסיכולוגן און בעלי תשובות, ווייל אין דערהיים אין בעלזא- גאליציע איז דאס נישט געוועהן, צו מאכן "קליפס" און ווידיאס ???
כדי מען זאל נישט קיין טעות האבן אז דאס האבן פרעמדע געפילמט, שטייט געשריבן קלאר ביים סוף פון דעם פילם, אז עס איז געפילמט און ארויסגעגעבן געווארן דארעך "בקודש חזיתיך" דאס מיינט אז עס איז געפילמט געווארן דארעך היימישע דארעכגעווייקטע "בעלזע" יונגעלייט מיט שווארצע זאקען אין דיקע געפלוכטענע גארטלעך מיט געלע וואלענע טלית קטנ'ס...
אז מען לעיבט דערלעיבט מען.
ישר כח חבירים ! דער קליפ איז הערליך אז מען דערלעבט דערלבט מען ! וויאזוי האט מען די חיות נאך 30 יאר געלערנט דרך ארץ ??
דער קליינער בעלזא מחנבקא שלעפט ארויס דער ריזיגע בעלזא בילגרייא פין די כלים שוין ווידער