היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א טייער ווארט פין א קליגען יוראפער יוד

א טייער ווארט פין א קליגען יוראפער יוד

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2670966

יקרבו » 12/8/2009 01:08

דאוונעדיג די וואך אין טענקא ביהמ"ד אין בארא פארק האט איך געטראפן א סאטמערען יוד פין אייראפע שוין נישט קיין יונגערמאן, אין ס'איז געווארן דארט א קופקע ארום די שמועס די וואך פינעם רבי'ן ר' אהרן שליט"א אין בשלחן של מלכים
מיט הרב דוונער פין לאנדאן ,דער יוד האט פארציילט אז דער הרב דונער מיט וועם ער קען זיך זייער גוט 
האט מורא'דיג גערעדט פין רבי'ן נאך דעם שמועס. 

האט דער יוד פין אייראפע אויס געפירט מיט א מורא'דיגע ווארט 
ס'איז נישט קיינער אין סאטמאר וואס איז מדמה כ"ק ר' אהרן שליט"א מסאטאר צי זיין פעטער דער בעל דברי יואל אין גרויסקייט
אין אזוי אויך איז קיינער נישט מדמה דעם בעל דברי יואל צי דברי חיים אין גרויסקייט 
אין אזוי ווייטער דעם דברי חיים צי נועם אלימלך
דעם נועם אלימלך צים בעל שם הקדוש. 

יעדער, צי מען פארשטייט עס, צי מען פארשייט עס נישט, ווייסט  אז א צדיק פין א פריערדיג דור איז אסאך גרעסער ווי א צדיק פין א שפעטערדיגן דור. 
ער האט נאך געזאגט א ווארט וואס ער האט געהערט פין הרה"ק ר' יענקעלע פין פעשווארסק זי"ע אז ס'איז זיכער אז דער קאשנציער מגיד איז גרעסער פינעם צאנזער רב, איי מען סזעהט נישט מיט וואס מען קען זיין גרעסער פינעם צאנזער רב
מיז מען אבער גלייבן אז דער קאשניצער מגיד איז געווען גרעסער עכלה"ק. 

האט דער יוראפער איד אויסגעפירט, אז אבער וויפיל שלמה יאנקל געלבמאן האט משיג געווען דעם בעל דברי יואל 
אין וויפיל ער האט אים אנלעזיריט אין באשריבן, איז כ"ק ר' אהרן שליט"א נאך אזוי גרויס אין יעדן הינזיכט ווי דעם בעל דברי יואל. 

איך האב געזאגט דעם יוד אז אזא אמת האב איך שוין לאנג נישט געהערט. 


 

 



תוקן על ידי יקרבו ב- 12/08/2009 1:11:23

בערל550 » 12/8/2009 01:19

 נאדיר איינס פאר דעם איד

 און נאדיר איינס פאר דיר פר'ם עס אהערברענגען

בלעקבערי » 12/8/2009 01:49

נאך אזא ווארט דארף מען טרינקען א לחיים !

ברוינפן » 12/8/2009 05:16

געוואלדיג

העלד » 12/8/2009 19:46

איך האב עפעס א געפיל אז דער סאטמארער יוד פון אייראפע איז דער ראחובער רב פון מאנטשעסטער שליט''א, אויף איהם שטייט גוט אזא שטארק קלוג ווארט, אזא געפיהל האב
איך, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט.

ארגינעלער » 13/8/2009 02:11

ווען די זאגסט מיר ווען נישט אז ס'איז יוראפער יוד
וואלט איך געהאלטן אז דער יוד איז איז ר' יוסף הערש וויינשטאק
ווייל ער איז אויך א מבין צי שלמה יענקעל געמויזכעץ.