ב''ה די גרויסע טאג איז אדורך מיט א זעלטענע התרוממת, מ'דארף אויף דעם דאנקען הקב''ה, ספעציעל אז ס'נישט געלונגען פאר די דערביטערעטע לוזער אנצידרייען קיין שום פראוואקאציעס,
ביי די זאלי'ס גופא איז א שיינע (ביטערע) פראצענט אינגאנצען נישט געקומען צום ציון הק', ווייל פאר זיי צו ציקוקען ווי זייער בלוט שונא קאנטראלירט אזוי שיין דעם ביה''ח מיט דעם הייליגען אוהל איז ציפיל צו דערהייבן (א' ט' נצחון קומט פאר'ן רבי'ן ז''ל),
ס'געווען גראדע א פראצענט זאליס וואס זענען געקומען פרייטוג אדער שפעט ביינאכט נאך חצות, אין זיך געגבן א טובל אין ארויס, ס'זאל הייסען זיי זענען דארט געווען, נישט קענענדיג צו קיקען ווי די זכות פין רביה''ק איז מגין אז די ביה''ח זאל נישט אריינפאלען בידי מורדים בתורת משה, ובספרו הק' של רביה''ק ז''ל.
די טישעלך ביזען ציון איז געווען כמעט לויטער הייליגע מוסדות על טהרת הקודש, כמעט נישט פין די נועם הרשעות קאמפעני, ספעציעל האבען אויך היי יאר, יודן נישט געדארפט באגעגנן דעם מוסד וואס זייער מנהלים קלאגען דעם רבין'ס מוסודת אין ציוניסטישען בג''ץ ר''ל,
עס איז כדי צו באמערקן אז אין א נערישע-לוזערישע שריט האבען די זאלי'ס אנגענועמן די בקשה פינעם מוסד וואס קלאגט אין בג''ץ צו אלע זאלי'ס, אז מ'זאל נישט בעטן קיין בודקעס, ווייל ווען יא וואלטען די אפוועזענהייט פין די בג''ץ קלעגער שטערקער בולט געווען, (פאריאר האבען זייער אפוועזנהייט שטערקער בולט געווען, אין יעדער האט גערעדט אין די סיבה דערפון - א זאך וואס זיי ווילן פאר אלע געלטער דערשטיקען), אבער ר' מענדל מאיר בראווער האט זיי אנגעפופען אין יא געבעטן אין באקומען א בודקע, אזוי אויך האט כולל ויוא''מ אין מאנסי באקומען א בודקע (הגם זיי ביילאנגען נישט ביי די זאלי קאמפעני אבער פאר די סיבה פין רודפ'ן די סאטמארע יונגעלייט פין זייער כולל וואלט געווען א ת' זיי נישט צו לאזען האבען א בודקע)
דעם רבין'ס עלי' לציון איז דורך מיט א זעלטענע דערהויבענקייט, וואס כ'האף אז א מיטבאטייליגטער וועט עס באשרייבען,
די התעוררת אין ציון הק' האט בוקע געווען רקיעים, די יאר איז געווען א זעלטענע גרעסרע ציבור, סיי ציליב'ן נאטירליכען געוויקס, אין ציליב דעם וואס די יא''צ איז אויסגעפאלען אין א זינטוג, וואס ערלויבט מער מענטשן צו קומען, אין אויף דעם זאגען אויך עדות אלע יודן וואס זענען געשטאנען נאך געלט,
דער עולם האט זיך אויך ספעציעל ווארים אנגערופן פאר די חברה קדישא, אין מחזק געווען זייער הייליגע ארבעט, ווי אויך פאר די הייליגע ישיבה על קברו, די מוסודת הק' אין וומ''ס האבענדיג חזקה צו זיין דער איינציגסטער טענט אינעם ביה''ח.
דער פרע אדון איז אנגעקומען נאכמיטאג צייט, אין די פאליציי האט זיכער געמאכט אז ער ביהעיווט, למען השלום האט מען אים אריינגעלאזט פינעם אינטערשטן טיר, ער זאל נישט דארפ'ן דורכגיין אלע צדקה טישלעך, מ'האט אים געלאזט וויסען אז אויב ער וויל ארויפפארען מיט א קאר, איז דא גרייט אינעם גדר א פראכטפולע אפגעקילטע קאר סערוויס פין די באוויסטע מאטי'ס קאר סערוויס, אבער טאמער וויל ער ארויפוואקען דעם גאנצען וועג, וועט ער זיין אחראי אויף זיי וועלכע רידעריי,
למעשה האט ער ענדרעש מכסים געווען ארויפצוואקען דעם גאנצען וועג אין די ביטערע היצען, (אפשר האט די קאר נישט געהאט גענוג בליצער'ס) אין דער אלטער הולך לבג''ץ האט ער געשיקט מיט'ן קאר סערוויס (א עזות אז ער מיט זיין רבי האבען די גאטס אריינצוקומען אין אינזער הייליגען רבין'ס אוהל, נאכען ארבייטען אזוי שווער אין פראבירן מיט אלע כוחות צו ציברעכן אין בארויבן זיי הייליגע קהילה אין ספעציעל מיטן קלאגען דעם רבין'ס מוסדות אין ציונסיטישען בג''ץ), די פאליציי האבען אריינגעלאזט די 2 אחים, שווים בקדושתם ובתורתם אינעם גדר, אין פארשפארט די טיר אינטער זיי, (אויפן זעלבן שטייגער ווי מ'וו'ק' האט אריינגעלאזט דעם רבי'ן שליט''א צו להבחל''ח זיי טאטע ז''ל אין קווינס קעמפ בעזות וברשעות בפני כל עם ועדה, אנכפענדיג אין רוקען אין שרייען נאר איינער אויף א מאל, כאילו מ'קאנטראלירט דא חאלאזען וואס שטיפען זיך), ווען אלע אנגערייצטע בחורים אין שלעגער'ס זענען געבליבן אויסגעשפארט,
אלס נקמה האבען זיי פראבירט אנדצודרייען עפעס קעגן דעם גארד וואס האט קאנטראלירט די טרעפיק ביינאכט נאכען יא''צ סעודה (עס דארף ספעציעל ארויסגעברענגט ווערן די גיטע אין פראפשענעל ארבעט פין די פאבליק סעיפטי דורך זייער געלונגענע קארדינעיטער ר' משה לייב וויטריאל, ווען נישט וואלט מען נאך יעצט געקענט זיצן אין טרעפיק אויף גארפילד אין פארעסט) אין מיטן זקן ממרא האבען זיי געמאכט א חילול השם (מן הסתם איז די ת' אז די שווארצע גארד איז געווען א יוד..... ווער ווייסט) אזש די פאליציי האבען געוואלט ארעסטירן דעם איידעם אין טאכטער פין זייער געמיינע פירער אין ק''י פאר'ן אטאקארין דעם גארד וכו', אויף וואס ר' משה לייב {וואס איז אויך פיזיש אטאקירט געווארען} האט געבעטן מ'זאל זיי דערווייל גארנישט טוען,
{עס איז אגב, נאכמאל ארויסגעברענגט געווארען די בקשה פין תושבי ק''י פאר די ''וויליזש פירער'' צו גרינדען א אייגענע פאליציי אין נאר אזוי וועט ערמעגליכט ווערן צו פארמיידען אזאנע צידרייטע פרעים, א זאך וואס די וויליזש האלט זיך ציריק, ווייל די זאלי'ס טענ'ן אז זיי וועלן ווער'ן געטשעפט דערפון}
מיר האפען אז מיר זאלען אלע האבען אויסגע'פועל'ט אלעס גיטס, אין מיר זאלען זיך שוין טרעפן מיט אינזערע הייליגע רבי'ס בביאת גוא''צ במהרה.
עס וואלט געווען כדאי צו בארורען די שווערע ארבעט לחץ וכו' וואס די זאלי'ס האבען אנגעדרייט ביי די סטעיט פאלי'ס אין נאך, אז מ'זאל לאזען ארויפארען דעם בועט באביוו וברבו מיט זיינע לעלא'ס, ווי אויך דאס ווידער ברענגן א העליקאפטער פין די הייעך, וואס די פאליציי האט פארשיקט, ועוד חזון.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי rebyankel ב- 17/08/2009 21:52:49