נייעס פון דין תורה ביי סאטמאר ב"פ
אהא..אין פארדעם זענען ענק נישט געקימען צי דין תורה פאר צווי יאר...
ניין נישט פארדעם, נאר ווייל - ווי דער דשאדש איז מעיד - האט מענדל שווימער נישט געוואלט גיין אין בי"ד פאר קין פרייז, און אלעמאל געשפילט געימ'ס.
און אז דער דשאדש איז נישט גענוג עדות גיי זיי מוחל און פרעג להבדיל אלף אלפי הבדלות די צענדליגער רבנים ועסקנים שליט"א וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאהר פרובירט צו שתדלען אויף אלע פראנטן אז ס'זאל אנגומען צו א בית דין אבער אהן ערפאלג מחמת די רשעותדיגע הארטנעקיקייט פון די מוסרים ובראשם מענדל שווימער. (פארשטייט זיך מיט די גוטהייסונג פון ח"ד כ"ץ..)
1# קהל איי פיל בעד פאר דיר די תנאים האב איך נישט געמאכט ווען יא וואלט איך דיר געקענט אפשר העלפען, אבער אזוי די תנאים קימט פין די שטארק אנגענימענע בית דין אבן המשפט הרב גאביוף, איז ממילא וועל איך דיר זאגען פינקטליך ווארט ביי ווארט וואס זיי שרייבען וועגען זיצען פיר מאל א חודש, אין אז די וועסט נאך נישט זיין ציפרידען אדער די טראסט מיך נישט זאלסטי מיר פליז זאגען אין וועל ארויף לייגען די ארגינעלע בריוו פין בית דין.... , זיי זאגען אז מען זאל זיצען פיר מאל א חודש אין טאמער עס וועט זיין א חודש וואס מען וועט נישט זיצען פיר מאל זאל מען עס די נעקסטע חודש משלים זיין, סא איך האב נייעס פאר דיר אז נעקסטע חודש גייט מען זיצען 6 מאל
כא כא כא... קיין בעסער געלעכטער האסטו מיר נישט געקענט ארויפברענגען אויפן צונג... וואס א תגובה מער ווער איך נאר געוואאור ווי וויניג די ביסט באקאנט מיט די פאקטן, יעצט גייזשע שנעל און פרעג דיינע חברה צו "גביוף" איז בכלל אן ארטיקל אין די תורה, ווער רעדט נאך פון זיין "עיקול...
און א רגע? וויפיל מאהל גייט מען זיצן נעקסטע חודש??? הא? אפשר ווערסטו געוואור וועלעכע טאג אין וועלעכע חודש דער נעקסטער זיצונג איז? און א רגע! קודם ווער געוואור וועלעכע טאג אין וועלעכע חודש דער נעכטיגער טאג איז געווען....
2# פין מיר אויס קען מען יעצט זיצען נאר איין מאל א חודש די עיקר איז אז יעצט קען איך ברוך השם איינשרייבען מיינע קינדער יעצא האב איך וויפיל צייט די ווילסט
נו לאמיך זעהן, שרייב איין, און קום צירוק מיט רעזולטאטן, אבער געדענק! וועסט מוזן אויפווייזן "איין זאך" וואס האט זיך געטוישט פון אייער נעכטן ביז נעכטן!!...
איך גיי יעצט נישט אררין גיין אין א אנדערע טעמע איך האב שוין געוידמעט א גאנצע אשכול פין 5 פעדזשיס אויף דעם, אין סאיז נאך געבליבען אסאך אים פארענטפערטע זאכען אבער איך האב עכט נישט קיין טענות ווייל מיין קאלעגע יענקעלע האט געהאט א נערווען בראך אינדערמיט, אדרבה קהל אז די וועסט פארענטפערען אלע מיינע אים פארענטפערטע קשיות אין יענעם אשכול, וועל איך דיר שטארק דאנקבאר זיין איך וועל עס קייןמאל נישט פארגעסען.....
אה נאו! - איך גיי בכלל נישט מיט דיר אריינגיין - בלי"נ - אין אזעלעכע דעבאטן מיט דיר, פאר די זעלבע סיבה ווי יענקעלע האט (האפענטליך) אויפגעהערט, נישט ווייל ער האט געכאפט א בראך ח"ו, נאר ווייל די זעסט אויס ביי דיינע תגובות אזוי ווי פערלשטיין האט אויסגעזעהן ביי זיין "אלעס בלייבט ביים אלטן" דרשה, און די קומסט צירוק נאכאמאל און נאכאמאל צו די זעלבע שטותים, אבער "דער מציאות" "דער פאקט" שפילט בכלל נישט קיין ראלע ביי דיר, און אזוי איז עס ביי אונזער שמועס אויך...
אין יעצט לאמיר זען דא אין סאטמאר בארא פארק, אז אהרן וועלץ וויל נעמען א מארטגידש קען ער ? פארשטייט זיך אז די ענטפער איז ?...אז ניין..לאמיר גיין ווייטער קען אהרן וועלץ ארויס ווארפען וועם ער וויל ?... די ענטפער איז אז ניין.... אין מיז אהרן וועלץ אריין נעמען א יעדעם איינעם אפילו ווועם ער וויל נישט? לויט די די קנאקעדיגען עיקול פין נעכטען... די ענטפער איז אז?... יא... אבער פארגעס נישט קהל די עיקר איז אז נאר ר' אהרן וועלץ איז אין אפיס...כא..כא..כא..
כא.. כא .. כא.. !!! זאג נאר, ווייז מיר דא - אבער נאר א פאקט! - ווי ווער און וואס ר' אהרן וועלץ האט נישט אדער קען נישט אריינלאזן אדער ארויסווארפן און נאכדעם העל איך מיט דיר רעדן, אקעי?
יא! ר' אהרן וועלץ קען ווארפן און טוהן וואס ער וויל, און ביי בי"ד נעכטן האט זיך גארנישט געטוישט שעפעלע, דיינע קאלעגן אין וויליאמסבורג (דארט ווי די וואונסט) זענען זייער זייער אנטוישט פון די דעמאלרזאציע וואס די האסט נעכטן אנגעדרייט מיט דיין (נישט) עיקול.. ווייל ס'האט נישט געדויערט לאנג און די ליגנט האט אויסגעוועפט ווי פארע העכער א קאווע.. און דאן איז די דעפרעסיע געשטיגן פיהל פאכיג....
טייערקייט! " א ל ע ס ב ל י י ב ט ב י י ם א ל ט ן !!!! "
און אגב לאמרי איבערחז'רן דיין נעכטיגע חכמה'לע.. "ר' מענדל שווימער האט קיינמאל נישט געוואלט ארינגיין אין אפיס.." כא כא כא... מ'טאהר נישט אזוי פיל לאכן זייט די בית המקדש איז חרוב געווארן, סאו פליז זיי מיך נישט מכשיל.
נעה..ווער דארף צעטיל, ענק האבען שוין א צעטיל ביי ווינער רב אין לעדעל שוין באלד 10 יאר אין ספעלט ענק גארנישט...ממילא פין מיר אויס קען עס בלייבען ביים בית דין די עיקר איז אז איך קען ברוך השם איינשרייבען מיינע קינדער
סאו וואס פרובירסטו צו זאגן? אז אונז האב מיר טאקע א צעטיל ביי ווינער רב? אדער אז ענקער עיקול איז לא הי' דברים מעולם? - אים וועל זיין א גוטער, איך וועל דיר נאכגעבן ביידע.
א גוט שבת, און שלאף דיך גוט אויס.
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 09/08/2009 9:47:19