(שטייענדיג געציילטע טאג נאכ'ן דורכגעפאלענע פאלטשע סקאנדאל האט איך דאס באקומען פין א באקאנטן מיט א בקשה עס ארויפצילייגען)
ביטע לייג ארויף דעם ארטיקען אויף כל העולם:
אין נאמען פין אלע אנ''ש וויל איך באדאנקען פין טיפען הארצען אינזער דעביטערטע ברידער פין די זאלי פארטיי, פאר'ן ארויפשמירן (מתוך קנאה תאווה וכבוד) אזא לעכערליכע סקאנדאל אויף אינזער וועלט בארימטע בית השחוטה המהודרת אין קרית יואל, בנשיאתו הרמה כ''ק רבינו שליט''א ואת עמו הגאון הגדול דומ''ץ ק''י והג' אבדק''ק מגד יהודה שליט''א,
ב''ה דער נער'ישע סקאנדאל האט בעקפייערט מיט א לענדסלייט, אויף ביידע פראנטען,
סיי, ס'האט נאך מער דערהויבן די כתר שם טוב פינעם בית השחיטה המהודרת, ווען יעדער האט זיך (צווישען אנדערע הידורים) איבערצייגט, אז קרית יואל איז די ''איינציגסטע'' בית השחיטה אין אמעריקע וואס מ'האט ביז היינט בודק געווען די צומת הגידין (למעט: סקווירא אין קאהן'ס וואס צייגען זיך אויך אויס אין כשרות אין הידורים), אין נאר די מדקדקים בכשרות וואס זענען מקפיד צו עסן נאר פין דעם שחיטה המהודרת זענען ניצל געווארען פין דעם פראבלעם, (אפי' להלכה קען זיין איז עס א מיעוט שאינו מצוי), די 2 אויבערדערמאנטע דיינים שליט''א ווערן די לעצטע פאר טאג באלגערט פין די גרעסטע רבנים אין בעלי מכשירים וואס בעטן זיי אויסצולערנען וויאזוי מען איז בודק די גידין אין דער מציאות הדברים וכו'(כ'קען נישט דא אויסרעכנן ווער, ווייל כ'וויל קיינעם נישט וויי טוען אין כ'וויל נישט צונעמן קיין ביזנעס, זיי האבען לכאורה אין דין פין א שוגג, כ'האב אבער עטליכע נעמען פין א 100% קראנטע מקור, אין איר וואלט אלע געשפרינגן ווען איר וואלט געהערט די נעמען), דער בעל מכשיר פין חבורה אין לעיקוואד האט פאר יעדן מסביר געווען די לעכערליכקייט פין דעם שקר בשמו, אין אויסגערעכנט די ברייט בארימטע חמרות אין הידורים וואס דער בית השחיטה פארמאגט, אין ווערט וועכענטליך ציגעלייגט.
סיי, מ'האט זיך איבערצייגט די הפקרות וואס הערשט אין די ג'גזלט'ע בוטשער, וואס די גאנצע השגחה איז דורך דעם מענעזשער וואס איז נאכנישט דארט א גאנצע יאר, נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעווארפן דעם לאנג יעריגען מענזשער וואס האט אריינגעלייגט שווערע כוחות אויפצוארבייטן דעם בוטשער פאר'ן חטא פין נישט גיין אין שפאן, (וואס אגב די מפוקפוק'דיגע הכשר איז שוין מ'מליחה ואילך אויך נישט, נאכדעם וואס זיי האבען לעצטנס אפגעזאגט זייער משגיח ביי די מליחה אין ווינלאנד {הרה''ח ר' ישראל מאיר פרידמאן הי''ו} אין מ'האט אים ערזעצט דורך א פרעמדער שוחט, וואס וויבאלד רוב טאג איז דער שוחט פארנומען מיט די שחיטה, קען ער נאר זעהן די מליחה אפאר מיניט אין די איבריגע שעות זאלצען דארט גוים {ר' ישראל מאיר פלעגט דארט שטיין די גאנצע צייט אלץ משגיח תמידי} די תירוץ.... ביים אפזגען איז געווען ווייל קרית יואל פלעגט אמאל (פאר מ'האט געפענט די שחיטה המהודרת) צאלען א חלק פאר די השגחה, אין וויבלאד די ב''פ בוטשער צאלט אויך מער נישט (ווייל לויטן פארלאנג פין די רבני המכשירים הדומ''ץ קיט''ל ב''פ והג' ר' אפרים שמעון לייכטאג, נעמט מען אלע פלייש נאר פין ק''י) קענען זיי זיך מער נישט אפארדען די הכשר ביי די מליחה (כ'האב געמיינט אז ס'דא א נייע ב''פ בוטשער)) אין אין סטאר אליין ווייסט יעדער וואס פאר א השגחה דארט איז דא..... (כ'רעדט נישט פין דעם וואס מ'האט אויפגעהערט צו ניצן שטיין זאלץ טראץ א קלארע הוראה פין רביה''ק ז''ל אין מ'האט נישט מודיע געווען פאר'ן א''ג בעל מכשיר אין פאר די קאסטומער'ס)
צום ענין: לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס א וויירוס וואס די טשיקענס ליידען לעצטענס דערפון אין מ'ארבעט שוין א שטיק צייט דערויף (ס'אז איז כדי צו באמערקן דאס וואס איז שוין באקאנט אז ווי נאר מ'האט באמערקט דעם פראבלעם האט מען מודיע געווען ע''פ בקשתו פינעם דיין שליט''א פאר די אנדערע בית השחיטה'ס (נאכמאל: הגם להלכה קען אז עס נאר א מיעוט שאינו מצוי))
עס איז נאך דא אסאך צו שרייבען וועגן ביידע חלקים, אויב מיין צייט וועט דאס ערלויבן
ברוך הוא אלוקינו שבראנו ''לכבודו'' ''והבדלנו'' מן התועים, ונתן לנו תורת ''אמת'' וכו'
ע''כ דבריו
בלייב איך נאר איבער מיט א בקשה פאר די זאלי'ס, טרעפט ווי שנעלער א סקאנדאל אויף טעקסאס (איך שטעל ענק אויף די חזקה, ס'וועט נישט לאנג נעמען)