היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווי אזוי מען ריקט ארויף צפיות

ווי אזוי מען ריקט ארויף צפיות

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2666544

יקרבו » 2/8/2009 16:19

ביי די זאליס גייט אן א מורא'דיגען קאמפיין ארויף צי ריקן די צפיות אויף זייער באליבטן ארטיקיל.

די נאכט איז עס ארויף געפארן מיט איבער 5000.

זיי שיקן ארים טעקס מעסיזשעס אז מען זאל האלטן אין דריקן די ריפרעש קנעפל ווייל דעמאלס ריקט זיך עס ארויף אזוי פיל מאל

אין זיי זענען ברור אז טאמיר מען דריקט עס 10 מאל קראכט ר' אהרן 10 מאל.

איזראלי » 2/8/2009 19:05

אלה ברכב ואלה בסוסים(הסוסים) ואנחנו בשם ד' אלק' נזכיר .

בלומבערג » 2/8/2009 22:37

יקרבו גיי כאפ א לאנטש אינדערמיט...

ארבעט דיך נישט איבער...

WE GOT YOUR POINT ALREADY...

יקרבו » 2/8/2009 23:18

בלומבערג טייערע גלייב מיר בנאמנות איך זיץ דא אין קאנטרי אויפן נאגאט
מיטן גרעסטן מאס מנוחה

שבת דא אין קאנטרי הער איך ווי א זעכציק'יערגער זאלי זאגט מיר נאך שטיקער היידפארק
אין ער זאגט אז סהאט שוין איבער 100,000 קיקערס
אין אז ר' אהרן האלט כאפט שוין פשוט א סטראוק

זאג איך אים איך געדענק די פלעגסט נאך זאגן אור החיים הקדוש מיט ערבי נחל
אין היינט האלסטו שוין ביי היידפארק, זייער שיין פין דיר זאגט איך אים 
ער איז אוועק זייער באליידגט

היינט קומט ער זיך אנטשולדיגען  פאר מיר אז ער האט גארנישט געמיינט כדרכו פין די זאליס
זאג איך אים אז מען זיצט מיט עם הארץ קוקט מען אזוי אויס

האב איך באשלאסן ארויף צי לייגן א אשכול מיטן ליגענט זייערע
אין אפאר חברה מאכן דא א גיטן ארבעט

ס'האלט שוין ביי איבער 30,000 צפיות אינטער 5 שעה



תוקן על ידי יקרבו ב- 02/08/2009 23:15:48

allgood1s » 2/8/2009 23:44

דאס קומט נאכדעם וואס מ'האט אין א דערנעבעדיגען אשכול אויפגעקלערט די טעמבלעך אז פער תגובה איז עס בכלל נישט קיין סאך צפיות

נ.ב. איך מיין דער מנהל זאל פינען די אשכול , עס זעיט אויס עס די מערסטע באזוכטע אשכול היינט פון גאנץ היידפארק....

ביבער » 3/8/2009 22:52

נאך א זאלי באלון ציבלאזן.

איבער 70,000 צפיות

WOW

לאמיר זען ווי ווייט ס'קען גיין

גאסט » 3/8/2009 23:02

באקומען אין אישי

"איך קען ארויף רוקען ציפיות וויפיל מ'וויל, וועלעכע אשכול זאל איך ארויף רוקען די ציפיות?"

איך וויל עס הערן פון די לייענערס, ביטע מיר זאגן וועלעכע, און מ'גיי מיר ארויף רוקען ציפיות אויף דעם אשכול




מישמאש » 3/8/2009 23:16

איך מיין אז די דאזיגע אשכול:...

וועט זיך דער שפיטיווקער שרף אנהאלטן דעם תשעה באב???

גאסט » 3/8/2009 23:25

נאך איינער וויל זאגן א מיינונג? מ'קען מיר שיקן אין אמעיל אויך kjgast@gmail.com

סופרעמעסי » 3/8/2009 23:28

אז אונז מאכן א עקספערעמענט פארוואס נישט טאקע דעם אשכול? גאסט לאמיך זען צו דער אשכול קען אנקומען צו א האלב מיליאן צפיות.

גאסט » 3/8/2009 23:36

זייער א גוטע איידיע, איך האב געמאכט א סקרין שאט, ווי אזוי עס קוקט אויס יעצט

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 3/8/2009 23:37

ריק ארויף ביטע די שיינע היסטאריע פון בן השני.


גאסט » 4/8/2009 00:23

איך מיין אז מיר האבן געפראווט אונזער פאוינט.

דער אשכול האט באקומען איבער 25,000 ציפיות אינטער א שעה

אנגעהויבן האט עס ביי 70,479 זייגער (היידפארק) 23:28 און דא האלטן מיר שוין איבער 100,000 ציפיות


[בילד – נישט אפגעהיט]

מישמאש » 4/8/2009 00:28

גאסט די ארבעט'סט גוט...

משה_גאבע » 4/8/2009 00:42

וואס איז טאקע פשט?? וויאזוי ארבעט דאס?

allgood1s » 4/8/2009 00:50

גאסט, ווען די לאזט עס ווען נאך אפאר סקונדעס, וואלט עס געווען איבער דרייסיג טויזענט אינטער א שעה...

גאסט » 4/8/2009 01:08

איך מאך עס נישט,

גאסט » 4/8/2009 01:57

איינער שיקט מיר אין אימעיל

"אנשטאט ארויף רוקן ביי אונז זאל מען אריבערגיין צו פארמעגליך'ס ארטיקל און ארויף רוקן אויף אמאל ביז וויפיל מען קען אזוי אז זיי זאלן שפירן נאריש צו קענען זאגן אז אלעס איז צופיות"

וואס האלט דער עולם?

allgood1s » 4/8/2009 03:13

איז דא א לימיט ביז וויפיל עס קען ארויפגיין?

איך מיין עס וועט דיר סייווי גארנישט העלפען, זיי וועלען ווייטער זיין ביזי מיט ציפיות, זיי שרייען כסדר אויף טאג נאכט און נאכט טאג

allgood1s » 4/8/2009 07:25

גאסט, טי א חסד של אמת און געב זיי די פראגרעם ארויפצירוקען שנעל זייער אשכול, איך זעי זיי מיטשען זיך נאך עס ארויפציריקען... אשאד די ביטול תורה פון קווינס קעמפ...

פעטרסאן08 » 5/8/2009 02:41

די קינדער פין  ש.ד. בירנבוימ'ס ראמפעזשירין ארים
אז משה בן פראדל איז גרייט צי באצלען אלע געלטער אין די וועלט אז דער אשכול זאל אראפ גיין
ווייל די זאליס האבן ביז יעצט געהאט דראגס אז זייער אשכול האלט שוין ביי אפאר מיליאן
אבער דא האט מען אויפ געוויזן אז ס'איז הויל בלאף

אויך הערט מען אז יעקב יושע וויינשטאק פין דער איד אפיס האט מען שוין די וואך אליינס פאראכטן
דריי מאל זיין מאוז פין די קאמפיוטער פין דריקןאזוי מאל פיל ריפעררזש.

allgood1s » 5/8/2009 03:10

ווי איך האב שוין נעכטען געשריבען אז עס וועט גארנישט העלפען ווייל זיי האבען נישט א פראבלעם מכחיש צו זיין שמש בצהרים, האבען זיי טאקע היינט געשריבען היתכן "מ'פראבירט ארויפצושמירען" כאילו זיי ריקען ארויף ציפיות...

ארגינעלער » 7/8/2009 01:23

העכער א האלב מיליאן

allgood1s » 9/9/2009 06:26

זעיט אויס זיי האבען שוין פארגעסען...

rebyankel » 24/9/2009 00:35

ווי באקאנט האבען די זאלי'ס, אין א שריט צו ריינוואשען זייער שמיציגע שרייבעריי פארשפארט זייער אשכול אויף ביז יוכ''פ {מ'גייט אויס'נערן דעם רבוש''ע אין נאכדעם קען מען ווייטער זינדידען{ר''ל}) אין מ'קען מער נישט שרייבען די שקר אין לשה''ר אין מחלוקת ''נאר ליינען''

ווי אינערסאנט איז, אז זייער פארום, איז פארמאכטערהייט נאך אלץ אויף די ליסט ביי הפרומים הנצפים בשעה אחרונה........

פארשטייט איינער פארוואס, האלט איינער אז זיי ליינען איבער טעגליך זיייער אלטע שמיץ?

כ'מיין אז מ'זאל זאגען פאר..... אז ער קען זיך אפריען אין דארף שוין נישט דריקען REFRESH א גאנצען טאג.
ביזן גליקליכען מוצאי יוכ''פ ווען מ'וועט שוין קענען ווייער שרייבען לשה''ר.

תוקן על ידי rebyankel ב- 24/09/2009 0:33:32

allgood1s » 7/1/2010 07:36

דערמאנונג...