(ה)
אצינד א שטיקל איבערבליק איבער די
איבערגאנג אין סאטמאר פון תשל"ט און ווייטער
יעצט אז עס איז שוין אויפגעוויזן געווארן, אז עס חלילה נישט קיין פגיעה אין מרן הברך משה זצ"ל, צו זאגן קלאר און הויך אז ביי אים שטוב שועלים הלכו בו. נישט שועלים נאר מחבלי כרמים, אלקאהאליקער און נידריגע טעראריסטן.
ווי מיר האבן שוין אויפגעברענגט פריער אז ביי אסאך קדושי עליון זענען זייערע שמשים און מקורבים זענען געווען "אנשי דלא מעלי", פעלט זיך אויס אביסל אויסצושמועסן און איבערגיין די היסטאריע פון די לעצטע 20 יאר, מיט אלע פראבלעמען און מאכן א שטיקל סך הכל, וואס מיר האבן געליטן פון דעם "יד ימינו" פון מרן הברך משה זצ''ל, וויאזוי עס איז געווארן פון "ימין" א "שמאל" ליידער.
יעדער ווייסט אז סאטמאר איז די גרעסטע קהילה אויף די וועלט מיט די מערסטע מעמבערס. עס איז אויך נישט קיין סוד אז סאטמאר איז די איינציגסטע קהילה וואס די שונאים פון אינעווייניג זענען באשטאנען (אויסגעוואקסן) פון גרויסע פראצענט פון די קהילה. צו דורך פרעמדע געוויקסן ווי די מורדים און טויזנטער אנדערע וועלכע זענען ביי אונז אויפגעוואקסן און דערנאך הקדיח געווען תבשילם ברבים.
נישט יעדער ווייסט די ריכטיגע סיבה דערצו. אסאך האבן שוין פארגעסן אלע סקאנדאלן און שערוריה'ס וואס זענען פארגעקומען במשך די פארלאפענע 20 יאר, און מיינען נעבעך אז דער רבי שליט"א אליין איז חלילה שולדיג אין דעם!
למען הפונקטליכקייט דארף ארויסגעברענגט ווערן דער ענין פון דעם דערווייטערטקייט וואס אזויפיל אנשי שלומינו האבן אנגעהויבען שפירן די לעצטע צוואנציג יאר אין סאטמאר, ביז עס האט זיך דערקייקעלט צו דעם ווי מיר האלטן היינט.
*
מיר געדענקען נאך ווען רבינו הק' והטהור איז נסתלק געווארען (די קרוב צו 40 און העכער וועלכע געדענקע), איז געווען א געוואלדיגער בראך פאר גאנץ כלל ישראל. כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט געווארען פון א מנהיג ישראל אמיתי. אבער נאך מער איז געווען דער בראך פאר סאטמאר און פאר אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט. עס איז געווען "גדול כים שברינו" אונזער טאטע און רבי איז אוועקגעריסן געווארען, מיר זענען געבליבן "יתומים", מיר האבן זיך נישט געקענט צוזאמקלויבן פון די שרעקליכע אבידה וואס מיר האבן פארלוירן. מיר, תלמידים און חסידים פון רבינו הק' זי"ע האבן חלילה געמיינט אז ס'איז "בא השמש בצהרים" אין די בחינה פון "נפלו ולא יכלו קום" רח"ל.
מיר זענען געווען אזוי דערשיטערט און אזוי פארלוירן אז אונזער טאטע און רבי איז ליידער אוועקגענומען געווארען פון אונז, אז מיר האבן נישט געוואוסט וואס ווייטער צו טוהן. ווי פארשטענדליך איז גלייך געווארען א ערנסטער פראבלעם וואס ווייטער צו טהון, זאל מען אויפנעמען א נייעם רבי'ן אויפען ארט פון רבינו הק' זי"ע אדער נישט. די פראגע איז באמת געווען: איז פאראן איינער אין דעם דור וואס איז ראוי צו זיין דער ממלא מקום פון רבינו הק' זי"ע אדער נישט?
די גרעסטע פירער פון די קהילה, און גלייכצייטיג די גרעסטע לייבן פון סאטמאר און די נאענטסטע צו רבינו הק' זי"ע ועכי"א, ווי למשל, הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל, הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ע"ה, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה, הרה"ח ר' אלכסנדר סענדער דייטש ע"ה, הרה"ח ר' יודל ראזענבערג ע"ה, הרה"ח ר' יונה וויטריאל ע"ה און נאך זקני חסידי רבינו הק' זי"ע דערונטער אויך ר' עזריאל גליק האבן געהאלטן זייער קלאר אז קיינער קען ממילא נישט ערזעצן אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע, וועלכער איז געווען דער מייסד פון די קהילה, און אויך האט מען געוואוסט אז דער הייליגער רבי זי"ע האט נישט איבערגעלאזט קיין שום צוואה איבער א ממלא מקום, דעריבער האבן זיי געהאלטן און געטנה'ט אז קהל יטב לב דסאטמאר בכל קצוי תבל זאל נישט אויפנעמען קיינעם על מקומו.
הרה"ח המפורסם ר' יודל ראזענבערג ע"ה האט געוואלט מאכן א פשרה, קיין ממלא מקום זאל מען טאקע נישט ממנה זיין על מקומו פון רבינו הק' זי"ע, אבער מען זאל אויפנעמען א וועד הרבנים, און אין שפיץ זאל שטיין דער ברך משה זצ"ל. און אזוי האט אויך געהאלטען הגה"צ רבי נתן יוסף ז"ל. אנדערע האבן געהאלטן אז די דיינים וועמען רבינו הק' זי"ע האט ממנה געווען זאלן אנפירען מיט די קהילה הק', און מען זאל נישט אויפנעמען קיין נייעם רבי'ן, וואס האט נישט באקומען קיין קלארע סמיכה פון רבינו הק' זי"ע. (קיין צוואה איז דאך נישט נישטא, כנודע לכל).
אויך געדענקט מען נאך וואס דער משב"ק פון רבי'ן זי"ע, ר' עזריאל גליק הי"ו האט דעמאלטס פארגעשלאגן און געפאדערט אז מען זאל נישט אויפנעמען קיין נייעם רבי'ן, נאר "די שטוב" זאל ווייטער פירן סאטמאר, און אלעס וועט קלאפען הונדערט פראצענט. ר' עזריאל האט געהאט די דרייסטקייט צו פארלאנגן פונעם ברך משה זצ''ל אין די שבעה, ער זאל זיך אויפשטעלן אין בית המדרש און זאגן אז ער וויל נישט זיין ממלא מקום פון רבינו הק' זי"ע.
מיר, די פשוט'ע המון עם האבן געפרעגט, און וואס וועט זיין אויב עס וועט זיך מאכן א פראבלעם אין לאנדאן אדער אין ירושלים עיה"ק. ווער וועט דעמאלטס זיין דער פירער און דער הוגה דיעות?
ר' עזריאל שליט"א ברוב חכמתו האט געענטפערט אויפן פלאן בזה"ל: עס איז היינט דא א קאנקארד, און ביז 12 שעה בין איך אין ארץ ישראל!... והדברים ידועים לכל, ואכמ"ל.
אויך איז געווען א אנדערע פשרה אז מען זאל נאר אויפנעמען א רב און נישט קיין רבי.
דאס הייסט אז קיינער זאל למעשה נישט זיין קיין ממלא מקום פונעם רבי'ן זי"ע. סאטמאר וועט האבן א רב אזוי ווי אלע שטעטלעך האבן געהאט אין דער אלטער היים, אבער א רבי, אויפ'ן שטייגער ווי רביה"ק זאל מען נישט ממנה זיין.
מיר תלמידי וחסידי מרן הברך משה זצ''ל, די פשוט'ע המון עם, איז דאס נישט געפאלן. מיר זענען שוין געווען זאט פון "די שטוב", מיר האבן נישט געוואלט אז די "אנשי דלא מעלי" און "לאבוצעס" זאלן פירן די הייליגע קהילה, מיר האבן גע'טענה'ט אז סאטמאר דארף האבן א קיום, און מיר ווילן אז מען זאל תיכף ומיד אויפנעמען דעם ברך משה לרב ומנהיג פון די עדה הקדושה, מיר האבן געוואלט זען א המשכה צו דעם וועג וואס רבינו הק' האט אונז געלערנט, מיר האבן געוואלט אז די קהילה זאל האבן א קיום אן קיין זיז כל שהוא, און דאס קען נאר זיין ווען די קהילה הק' איז פאראייניגט אונטער איין וועג-ווייזער, אונטער איין ממלא מקום, אונטער איין רבי, אונטער איין מנהיג, און אונטער איין קעניג וועלכער זאל אונז צוזאמענהאלטן, און מיר דארפען נישט קיין "שטוב"!
[עס לאזט זיך פשוט נישט פארגעסן דעם ערשטן ראש השנה נאך די ביטערע הסתלקות אין קרית יואל. שוידערליכע זכורונת שווימען אריף ווי מען האט זיך געשלאגן אויף די בימה פאר די הייליגע ספרי תורה ביים ליינען, ווען ר' עזריאל גליק שליט"א מיט די אנדערע גבאים האבן נישט געלאזט מאכן קיין "מי שברך" פאר'ן נייעם רבי'ן, טראץ דעם וואס ער איז שוין נתמנה געווארן נאך איידער די שלושים אלס ממלא מקום. – וברם זכור אותו איש לטוב, הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה, וועלכער איז געווען דער וואס האט זיך אויפגעשטעלט און אראפגעשטעלט א פיס, אז מ'וועט נישט ווייטער ליינען ביז מ'וועט נישט מאכן קיין "מי שבירך". – פון דעם זעען מיר אז נאר מיר, די "פשוטי עם" זענען געווען די וואס האבן געוואלט א מורה דרך, און נאר צוליב אונזער וויי-געשריי האבן זיך די "טאטעס" פון סאטמאר געמוזט רעכענען].
עס איז קלאר אז נאר צוליב אונזער וויי געשריי האבן די פירערשאפט באאמטע פון קהל יטב לב דסאטמאר זיך אונטערגעגעבן אונטער דרוק און צוואנג אז מ'דארף ממנה זיין דעם סיגעטער רב אלס ממלא מקום פון רבינו הק' זי"ע.
ווען עס איז געווארן די ערשטע יארצייט פון רבי'ן זי"ע, כ"ו אב תש"מ, האט זיך גאנץ סאטמאר פאראייניגט אונטער די נשיאות פון מרן הברך משה זצ''ל. עס זענען דא געווען די גדולי הדור אשר בגן עדן מנוחתם, ה"ה, הגה"ק פוסק הדור בעל מנחת יצחק זי"ע, הרה"ק ר' יעקב לייזער מפשעווארסק זי"ע, הרה"ק הרמ"א פריינד זי"ע און נאך גדולי דורינו, וועלכע זענען אלע געקומען מחזק זיין די קהילה הק' וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען.
תיכף נאך דעם וואס דער ברך משה איז נתמנה געווארען איז גאנץ סאטמאר פאראייניגט געווארען אונטער רבינו הגה"ק שליט"א. אפילו די וועלכע האבן געהאט א אלטע שנאה צו מרן הברך משה זצ''ל און האבן אים גע'רודפ'ט, האבן אויך שטילערהייט איינגערוהט. יעדער האט שלום געמאכט מיטן מצב. אפילו אין קרית יואל, זענען די וואס האבן נישט געוואלט קיין ממלא מקום פאר קיין שום פרייז, זענען אויך שטיל געווען, און ממש נאר איינצלענע האבן זיך געוואגט צו רודערן.
*
יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז געווארען מחלוקת אין סאטמאר?
וויאזוי איז די קהילה געווארען צושפאלטן און צובראכן פון אלע זייטן, אז אזויפיל שונאים האבן כסדר ארויסגעשפראצט פון אלע זייטן ביזן היינטיגן טאג?
וואס האט דא פאסירט אין די שיינע קהילה אז עס איז געווארן אזוי פארשוועמט מיט "מתנגדים" מבית ומבחוץ?
עס האט נאר איין תירוץ:
עס האט ליידער איין ענטפער: מ'האט אויפגענומען א יונגן גבאי, א יונג א טעראריסט, א מושחת דורך און דורך, וועלכער האט נישט געהאט קיין אחריות פאר די קהילה, א גבאי אן קיין ערפארונג, א גבאי אן קיין געפיל, א גבאי אן קיין אינטערעס פון די קהילה. א גבאי וועמען קיינער האט נישט רעקאמענדירט, א גבאי וואס האט געהאט א עקלהאפטיגע היסטאריע, א גבאי וואס האט געהאט א שמוציגן "בעק-גראונד" פון אלס בחור – א גבאי וועלכער קומט פון א קראנקע צעדרייטע משפחה, א גבאי וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב פון לויטער גייסטיג-אומסטאבילע נעבעך, אזא איינעם האט מען געשטעלט ביים רודער פון די גרעסטע קהילה אויפ'ן כדור הארץ – ויצא העגל הזה!
פארזעצונג קומט אי"ה