אין די לעצטע פאר וואכן האט דער רבש"ע אזוי געפירט אז ס'זאל נתגלה קלונם ווערן אויף אזא העסליכן אופן, ביז אפילו דער גרעסטער טייל פון די פרייע האבן זיך אנגעהויבן עפנטליך וואונדערן וואס איז געשען מיט די א.ג. "אביעקטיווע זשורנאליזם", וואס דארף זיין דער גרונד-פרינציפ פון יעדן זשורנאליסט און מידיא פארשטייער?
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די אומבאהאלטענע איינזייטיגע דעקונג און אפענער האס-שיסנדער גיפט קעגן די חרדי'שע מאמע וועלכע האט 'געוואגט' ארויסצוגיין אין א קאמף מיט די רוצחים/רופאים פון הדסה שפיטאל, וועלכע שטעלן געווענליך אהער א שיינעם פנים ווי א תם, אבער אונטערן טיש באגייען זיי זיך מיט די חרדים אויף א שרעקליך שענדליכן אופן. אויך דא האבן זיי פרובירט צו כאפן די פיש פאר די נעץ און ווען זיי האבן זיך דערשראקן אז די מאמע גייט זיך עפענען דאס מויל האט מען באשלאסן איר צו מאכן וואס זיי רופן א "רצח אופי", און איר 'ערלעדיגן' נאך פאר זי קען אנטון עפעס שאדן.
דורך זייערע פארבינדונגען אין די פאליציי, פראקוראטור, און די מידיא האבן זיי אנגעהויבן א שרעקליכן שמוץ קאמפיין קעגן די געטרייע אומשולדיגע מאמע. ווי נאר מ'האט איר ארעסטירט האט די גאנצע פרייע מידיא ווי אין איין כאר גענומען זינגען "האם המרעיבה" - קעגן די אנגענומענע פראצעדור, און דער פרינציפ אין יעדע דעמאקראטישע מדינה, אז יעדער באשולדיגטער איז ריין ביז ווען ער ווערט באשולדיגט - innocent until proven guilty.
בדרך כלל וועט טאקע די מידיא באצייכענען א באשולדיגטן אלס "חשוד ב......", אבער ווען ס'האנדלט זיך פון א חרדי'שע מאמע איז אלעס מותר.
דער פאקט אליין האט שוין געהויבן פילע אויגן ברעמען ביי די פרייע, אבער דערווייל האט מען עס נאך אקצעפטירט.
המשך יבוא.