נישט ח"ו אז איך שטיץ טעראריזם אדער וועלכע סארט ווייאלענס קעגן די רעגירונג און אוודאי און אוודאי נישט ווען ס'רעדט זיך פון רציחה אויף אומשולדיגע מענטשן, איך בין אוודאי און אוודאי קעגן די אקלעהאמא טעראר אטאקע. איך רעד נאר פון די פוינט וואס טימאטי מעקוועי האט פרובירט ארויסצוברענגען מיט זיין אטאקע, איבער די קריוודעס פון די אמעריקאנער רעגירונג קעגן די באפעלקערונג. פאר לאנגע יארן האבן אלע געלאכט פון דעם טימאטי מעקוועי און זיינע ראדיקאלע טענות, אבער יעצט פאנג איך אן צו טראכטן אז מעקוועי'ס טענות זענען נישט געווען אזוי ראדיקאל.
ווי יעדער געדענקט איז מעקוועי אנגערייצט געווארן נאך די הימל-שרייענדע מיליטערישע קאמאנדא אקציע וואס די גאווערמענט האט דורכגעפירט קעגן די צודרייטע משפחה פון רענדי וויווער, אין רובי רידזש, איידעהא. שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז ס'איז געווען נישט מער ווי אפאר איבערגעהיצטע אגענטן וועלכע האבן געזוכט צו באקומען פובליסיטי און זיי האבן אנגעדרייט די גאנצע אקציע, פונקט אזוי ווי די יעצטיגע אקציע אין ניו דזשוירזי און אין ברוקלין, וואס איז אנגעדרייט געווארן דורך פובליסיטי הונגעריגע אגענטן.
רובי רידזש איז נישט געווען דאס ערשטע מאל און די יעצטיגע אקציע איז נישט דאס לעצטע מאל וואס די רעגירונג פארלייגט זיך אויף אזויפיל (כמעט) אומשולדיגע מענטשן און מען באהאנדלט זיי ווי זיי וואלטן געווען אסאמא בין לאדין אליין.
די גרעסטע וויץ איז נאך אז די רעגירונג האט גענוצט א 'קרימינאל, א פארברעכער, עמיצער וועלכער האט וויי געטאן מענטשן און גע'גנב'עט 380 מיליאן דאלאר, אריינצונארן אין א פאסטקע אזויפיל מענטשן - מענטשן וועלכע האבן קיינעם נישט געטשעפעט, אדרבא עס זענען פאראן עטליכע צווישן זיי וואס האבן זיך שטארק איבערגעגעבן פאר אנדערע מענטשן - דורך ממש אריינשטופן געלט אין זייערע הענט. ווער פון אונז קען זאגן מיט א זיכערהייט אז ווען דער מסור ימ"ש וזכרו וואס האט גע'מסר'ט זיין אייגענעם רב, וואלט געקומען צו אים און אים אנגעטראגן א ריזיגע סכום קעש, אז ער וואלט עס צוריקגעוויזן.
און נאך צוויי דריי יאר פון נאכלויפן מענטשן און זיי ממש צווינגען צו טאן נישטיגע פארברעכנס האט די רעגירונג נישט געקענט טרעפן באווייזן אויף מער פון 3 מיליאן דאלאר.
וואספארא ביטערע וויץ.
עס איז געווארן שפעט, אלזא, איך וועל נאכפאלגן נאך שבת.