היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איז "ישיבה ווארלד" אונטער נייע מענעשמענט???

איז "ישיבה ווארלד" אונטער נייע מענעשמענט???

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2661196

allgood1s » 23/7/2009 08:10

ווייסט איינער וואס איז געשעהן?

די ישיבה ווארלד פלעגט זיין באוויסט פאר א סייט ריין פון לשון הרע ורכילות.

זיי האבען אנגעפירט א גאנצע קאמפיין צו באפרייען א איד וואס כולי עלמא מודי איז געווען א "שפיאן" איינע פון די ערגסטע פארברעכענס (וואס און אנדערע מדינות איז דערויף טויט שטראף!).

ווען עס רעדט זיך פון פארטרייבען די מתנחלים וואס וואוינען אין לייבען גריב, ווייסען זיי צו באריכטען די "ברוטאלע באהאנדלונג" פון די פאליציי.

וואס איז יעצט געשעהן ביי די באוויסטע פרשה מיט די הדסה שפיטאל? אלע זייערע באריכטען בנוגע די פרשה איז מיט אן אומבאהאלטענע "איינזייטיגקייט" קעגען די מאמע.

וואס איז געשעהן מיט די כלל "אינעסענט אנטיל פראווען גילטי"?

allgood1s » 25/8/2009 06:08

איז א זאלי איינע פון די שרייבערס ביי ישיבה ווארלד?

ביי איינע פון די קאמענטס שרייבט דער עדיטאר אז די ארטיקעל איז געשריבען געווארען דורך איינעם מיט א שטריימעל

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/38595/EDITORIAL:+What+Will+It+Take+To+Learn?.html

allgood1s » 26/8/2009 17:12

פרישע לשה"ר ארטיקעל

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/38658/Askanei+Eida+Chareidis+ג€''+Karta,+Meah+Shearim+Mom+&+Kever+Rashbi.html

rebyankel » 26/8/2009 20:46

ער איז נאך אלץ בעסער פין זיין קאמפעטישען, דער ידישער פאוסט, VIN

Askan » 26/8/2009 23:04

ער האט זייער א שטארקע סייט טראץ וואס פאר א שטיק צייט האט אויסגעזען וואו זיין סייט פאלט מיט די וויזיטס