ממש צום באוואונדערן וואס עס קומט דא פאהר.
מיט א שטיקל צייט צירוק האט אונזער'ס א קאלעגע שרייבער מיטן נאמען "ספרעמעסי" ארויסגעגעבן בכתב זיינע געפיהלן בנוגע ווי ווייט מיר זענען אלע פארקראכן אינעם ענין פונעם נצחיות ה"רבי זכרונו לברכה".
דער שרייבער ביילייפיג רעדט צום זאך כאטשיק איך וואלט יא מחולק געווען מיט אים אין פארשידענע קליינע פרטים, אבער מה שנוגע לגופו של ענין האט ער דאן בארירט א מורא'דיגע פונקט, און א זאך וואס יעדער ביי זיך אין הארץ האט געוואוסט, נאר קיינער האט זיך קיינמאל נישט דערוואגט ארויסצוברענגען אויפן לשון - און אויך נאר אלס תוצאה פונעם פראבלעם - , האט דער שרייבער ארויסעגברענגט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט אויפן כתב, וואס מיט דעם האט ער געענפענט גאר שווער פארמאכטע סטיטשעס, וואס האט געהויערט יארן לאנג אויף יעדעם פון ליינערס, און אזוי אויך אויף די אלע וואס דער ענין פונעם ארטיקל האט געגרייכט זייערע אויערן כאטשיק ער האט עס אליין נישט געליינט מחמת איזה סיבה, און אפילו פאר די אלע וואס ווייסן נישט פונעם ארטיקל (וואס דאס איז היינט צוטאג גאנץ א קליינער פראצענט).
אוןן יעצט צו אונזער ענין איז אזוי, אזוי ווי דער שרייבער ערווענט אינעם פערטן חלק, האט יעדער איינער אויפגענומען דעם ארטיקל אנדערש, - און איך וואלט זיך אביסל אנדערש אויסגעדריקט: יעדער איינער האט אויפגענומען דעם ארטיקל לויט וויאזוי עס קומט דאס בעסטע אויס פאר זיין פארטיי און פאר'ן מצב ווי ער האלט, ד.ה. אן ארויני האט געשריגן גוט גוט ווייל פשוט ס'רייסט דאך אראפ די זאלי'ס און פארשטייט זיך די בני יואל, דער זאלי ווייטער האט געשריגן פוי! פע! "אשר יגורנו בא" .. "!!!זיי ווילן נאר אויסרייסן דעם רבי'ן זכרונו לברכה..." וכו' וכו' וויאזוי יעדער האט עקספלעינד דער ארטיקל, וואס אגב איך אליין האב פון כמה זאליס געהערט בפה זיך אנדערש אויסדריקן וו זיי וואלטן\האבן זיך דא אויסגעדריקט, ווייל פשוט, וואס מ'האלט אין וואס דער ארטיקל איז איז איין זאך, אבער פאר יענעם קען איך דאך נישט מודה זיין אז יא! אמת ויציב! און אונז לעבן אין א פינסטערע נערישע פאנאטישקייט.
פאר די זאלי'ס איז אבער דער פראבלעם געווען פיל פאכיג, ווייל מיטן מאכן די אמונה טפילה אויס, און מיטן ארויסברענגען אז עסן כרעמזלעך שושן פורים תשס"ט ווייל "דער רבי ז"ל האט אזוי געטוהן" תשכ"א, איז לעכערליך און נעריש, מאכט מען אויס פון אלעם הייליגן (וואס ביי זיי איז הייליג), און לא די אז "די רבי ז"ל אידן" ווערן צו'נער געלייגט, גייט נאך מיט אז פון דעם קומט ארויס אז דאס נישט וועלן אויפנעמען א ממלא מקום אין סאטמאר כ"ו אב תשל"ט איז אויך נישט אזוי ווייט געקומען פון צובראכנקייט ווי פון פאנאטישקייט (און אפשר גאר פאלשקייט – און די זייט געלייגט דאס מציאות אז די אלע וואס האבן "נישט געוואלט אויפנעמען" האט זיך נישט צו לאנג נאכדעם ארויסגעשטעלט אז זיי האבן דייקא "יא געוואלט אויפנעמען" נאר נישט דעם סיגוטער רב נאר גאר "זיך אליין" ודוק ותשכח..) און אויב אזוי קומט דאך אויס דער רבי דער ברך משה איז נישט געווען אזא שלעכטע המצאה און אזוי גייט ווייטער די קייט אויף אלעם ביז זיין עלטסטער זוהן דער היינטיגער רבי שליט"א.
דא האבן זיך די זאלי'ס דערזעהן מיט א מורא'דיגע פראבלעם, אלע בנינים פון אלע יאהרן אנגעהויבן פון די שקצות'ן און געענדיגט ביי די צדקות'ן אלעס וואס מ'האט אלע יאהרן מטמא געווען און אלעס וואס מ'האט מטהר געווען, אלעס! ווערט דאך צובלאזן, ווייל אז מ'שטעכט אריין א נאדל אינעם באלאן-יסוד וואס דאס האלט אלעס אהן, פאלט דאך איין די גאנצע געביידע, און די גאנצע רבעזיכרוינעלברכה דעזיס פון אלע יאהרן גייט דאך צוגירנד, האט מען באשלאסן ניין! מ'וועט דאס נישט צולאזן.
איז וואס די עצה? מ'וועט "דיסטרעקטן" די אינגווארג מיט אנדערע זאפטיגע ליין מאטריאל, אזוי וועלן זיי פארגעסן פון די דאזיגע ארקטיקל (אין אגב האט זיי אויך אויפגעגעסן די אנדערע ארטיקל אינטערן קעפל "וואס דריקט שוין די מוחות צעהן יאהר") און אזוי ארום פארוואסערן דעם ארטיקל.
נו איז מען ארויסגעקומען מיט א המצאה באשרייבן "די פאקטן" פון די "היסטאריע" פון די סאטמארע "חלוקה", א לאנגער זאפטיגע ארטיקל וואס קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, וואס כ'גיי אפילו נישט זאגן אז ס'איז שקר מקצה אל הקצה ווייל דאס איז איבעריג, אבער ווי זאגט דער וועלט, א ליגנער דארף האבן א גוטע זכרון, און אויב נישט קוקט מען טאקע אויס ווי דער שרייבער פון דעם ארטיקל וואס איז זיך סותר מינייהו בי' פון פאראגראף צו פאראגראף און פון שורה צו שורה, לויפט פון איין ענין צום צווייטן און ענדיגט נישט וואס ער הייבט אהן, וכו' וכו'.
און הערט ווי ווייט דאס האט דערגרייכט, דעם פארגאנגענעם שב"ק ביי שלש סעודות, דאווענענדיג אין א געוויסע שול וואס דארט געפינען זיך פון אלע סארטן, זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער נאר א איד אין די הויכע פיפציגער יארן, א איד וואס אין די גאס הייסט עס אז ער האט ליב צו לערנען, א איד וואס נוצט שוין "ליינען גלעזער", זיצט א גאנץ שלש סעודות און ליינט דעם ארטיקל!!!
און גיי ווייטער , איך קום אהן צו א שמחה די וואך, און איך הער ווי א איד אויך אין די שיינע מיטעלע יארן רופט זיך אהן צו זיינ'ס א קרוב, נו? אן ארטיקל! וואס? הא? ס'גוט! דער פארמעגליך...
איך ווייס נישט ווי איך וואלט מיר אהין געטוהן פאר בושה ווען איך זאל הערן מיין טאטע אזוי רעדן פון א הייד פארק ארטיקל, אבער וואס ווייזט דאס? ווי שטארק דעפרעסט די אידן זענען באמת, און ווי ווייט ס'ווייטאגט זיי דעם אמת, אזוי אז ווען ס'קומט אזא ארטיקל זענען זיי זיך אזוי "מחי'"...
בלייבט נישט איבער מער ווי צו זאגן:
צו אייך זאלי'ס בני יואל: נעבעך, און פארגעסט נישט אז מיט ליגנט פארוואסערט מען נישט דעם אמת.
און צו אייך סופרעמעסי: אויב האט אייערע שרייב ווערק יא אזא ווייטע דערגרייכונג, דאן פארוואס האט איר זיך אפגעשטעלט?