פון די בילדער וואס מען זעט דא אויף היידפארק קוקט אויס אז ס'איז נישט געבליבן קיין איין גאנצע טרעפיק לייט אין גאנץ ירושלים, מען זעט אויך די שטיינער כדי להמית וועלכע זענען געווארפן געווארן אויף די פאליציי און שטאטישע ארבעטער, וואס זייער גאנצער זינד איז אז זיי זענען געקומען אפרייניגן די גאסן.
מיט צוויי וואכן צוריק איז געווען א ריזיגער קידוש שם שמים, פרייטאג צונאכטס ווען 40,000 אידן האבן צוגעהערט דעם רוף פון די עדה און ארויסגעקומען דאווענען אין די גאסן. דאס איז געווען א פרידליכע און הייליגע דעמאנסטראציע. אבער פון דעמאלט און ווייטער זענען די רבנים נישט אין טשארדזש נאר די טאגס, די גענגסטערס, די שאבאבניקעס, די נערי שוליים, די אלע נוצן אויס דעם מצב זיך צו האלטן לוסטיג און לעבעדיג. זיי מאכן חרוב די היימישע געגנטער. די היימישע עקאנאמיע ליידט זיך צוזאם, וויבאלד די גאנצע היימישע געגנט איז פאראליזירט און אלע גאסן ברענען. דאס היימישע אידנטום ווערט אנגעשטונקען, אידישע לעבנס זענען אין סכנה וויבאלד ס'זענען נישט דא קיין טראפיק לייטס. שוין חוץ פון דעם אז די לופט אין ירושלים איז פארפעסטעט פון די געדיכטע רויך וואס גייט ארויס פון די גאנצע היימישע געגנט, וואס דאס איז נישט נאר שרעקליך אומבאקוועם נאר אויך זייער נישט געזונט פאר עלטערע אידן און קליינע קינדער.
די פאליסלייט וואס האבן ארעסטירט די פרוי ליידן נישט פון דעם אז מאה שערים ברענט, ווער ס'ליידט איז דער גאנצער ציבור, פרומע און פרייע, וועמענ'ס טעקסעס גייען גענוצט ווערן צו פאררעכטן די שווערע שאדנס וואס די ראיאטירער האבן געשאפן. והעולה על כולנה, דער געגנט וואס מען מאכט חרוב איז דער אייגענער געגנט וואו מען וואוינט. די משוגעים מאכן חרוב זייער אייגענע געגנט כדי נקמה צו נעמען אין די ציונים. איר ווייסט וואס דאס דערמאנט מיך? יא, די שווארצע ראיאטן פון די סיקסטיס, און פון די אנדערע יארן, זיי האבן חרוב געמאכט און אונטערגעצינדן זייערע אייגענע געגנטער, און געהאפט אז זיי טוען דערמיט אפ די ווייסע.
מעיק נאו מיסטעיק, איך גלייב אז דא איז געטאן געווארן א געוואלדיגע עוולה קעגן די חשוב'ע פרוי און איר משפחה אבער דאס גיט נישט קיין שום רעכט פאר אזא גענגסטערישע אויפפירונג ווי דאס וואס מען זעט.