לעצטע וואך האט בי"ד באשטעטיגט און געמאלדן ביידע צדדים אז די זמן פונעם ערשטן זיצונג פון די דין תורה איבערן סיכסוך במוסדתינו אין בארא פארק, גייט זיין קומענדיגען חמשה עשר באב.
בי"ד האט אויך געזאגט פאר די זאליס, אז עס איז נישט קיין חילוק צו זיי גייען יא אנקומען צו נישט, פאנגען זיי אן די דין תורה, און טאמער זיי קומען נישט פארלירען זיי זייערע רעכטן און בי"ד וועט פסק'נען אן הערן זייערע טענות.
בי"ד האט געמאלדן דעם דאטום נאך לאנגע וואכן וואס די זאליס פרובירען מיט אלע לגיונות, שלעפעריי, שמוץ, וכו', טאן אלעס אויף די וועלט אז די דין תורה זאל נישט צושטאנד קומען, די קאפ טוט מיר וויי פון אזוי פיל זאכן וואס זיי האבן פארלאנגט, יעדן טאג מיט נייע זאכן, אבער בי"ד האט זיי געזאגט אז זיי קענען גארנישט פארלאנגען זיי האלטן שוין נאכן אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא דארפן זיי זיך שטעלן צו דין תורה אן קיין שום תנאים שבעולם.
דאס איז טייל פון די זאכן וואס די זאליס האבן פארלאנגט:
פאר מען הייבט אן מיז מען קודם צוריק שטעלן מענדל שווימער אין די מוסדת, און ר' חיים דוד כ"ץ און די הנהלה רוחניות.
אהרן וועלץ זאל אונטער שרייבען אז ער וועט נעמען אהרונים זאליס מלמדים צוגלייך, און אז ער וועט נישט ארויסווארפן קיין שום קינד אדער מלמד, אויך אז ער וועט אנעמען אינעם מוסד יעדעס קינד וואס שרייבט זיך איין.
מען מעג נאר רעדן פון בארא פארק.
מען טאר נישט רעדן פון רבנות ווער עס איז רבי.
ר' זלמן גראס טאר נישט זיין די בורר, ר' מרדכי באבד זאל זאגן צו ער איז א קנאי, און וועט ער פארט אויף א"י צו ער גייט נישט צום כותל.
עס זאל זיין א בי"ד של חמש.
מען זאל פסק'נען א פשרה.
די מוסד זאל באצאלען די דין תורה פאר ביידע צדדים.
משה גבאי דארף געבן רשות, ר' זלמן לייב דארף נאך אויך מסכים זיין.
אזוי נאך א לאנגע ליסט פון דא ביז קאנארסי.
אבער בי"ד האט געזאגט גארנישט 0, שטעלן זיך צו דין תורה!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/07/2009 0:03:26