היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בוי ארבעט און שוואונג ביים מקוה טהרה און וויליאמסבורג

בוי ארבעט און שוואונג ביים מקוה טהרה און וויליאמסבורג

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2653804

לאגיש » 7/7/2009 23:04

בוי ארבעט און שוואונג ביים מקוה טהרה און וויליאמסבורג

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 7/7/2009 23:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 7/7/2009 23:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

prod2 » 7/7/2009 23:27

וועט דאס זיין נאר פאר סאטמר אדער פאר יעדעם

ווי איז דאס ניי ווילי אדער אלט

YESWECAN3 » 8/7/2009 03:57

איך פארשטיי נישט! פארוואס דארפט עטץ ביוען א נייע עטץ זענטץ דיך די סאטיס קווא ?

allgood1s » 8/7/2009 05:00

אונז דארפט מען עס נאך איינקעשען...

rebyankel » 8/7/2009 21:41

פין אישי:

די מקווה גייט אי''ה האבען זעלטענע חומרות אין הידורים, דער סאטמער וומ''ס רב האט לעצטענס באזיכט  ביי רוב היימישע מקוואות אין פראבירט צו נאכמאכען יעדע הידור אין חומרא, דער בויער הרה''ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק, (וואס האט שוין געבויט 2 גרויסע היימישע מקוואות) האט לעצטענס בייזוכט די מהודר'דיגע מקווה פין הג''ר יושע רז''ב שליט''א חבר בדי''ץ אין בית שמש, ווי אויך זענען דא אויך עוסק עטליכע מומחים אין מ'זיצט לאנגע שעות דורצוגיין יעדן פרט,
די מקווה וועט אי''ה זיין א כבוד פאר סאטמאר.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

אגב, ווער עס נאכנישט געהאט די געלגענהייט אריינצוטראגען די שקל הקודש פאר רבנינו שליט''א זאל עס זעהן צו טוהן ווי פריער {ווען ער קומט אהיים פין ניו העמפשיר} די זכות איז אין לשער, מ'זעהט אפענע זאכען - חוץ לדרך הטבע פין העלפן בויען מקוואות, די רב האט אויסגערעכנט ביי זיין דרשה אין כולל אן א שיעור אפענע זאכען חוץ לדרך הטבה - א חלק דערפון מיט נעמען {מיט רשות}, אין אויף דעם מקווה זענען שוין אויך א שיינע צאל צוגעקומען צום רב, אין פארציילט ווי זיי זענען געהאלפן געווארען פין זייערע פראבלעמן, אין זכות פין נעמען א חלק אין טהרת וקדושתן של ישראל,
מצווה הבא לידך אל תחמצנה

קליפ » 22/4/2010 00:51

* width="500" height="405"> <*

קליפ » 22/4/2010 00:53

דוד46 » 22/4/2010 21:39

איך ריש זיך שוין אויף די באמבאסטישע דרשה וואס גייט קומען קעגן די יעצטיגע מקוה ווי נאר די נייע מקוה וועט זיין פארטיג

הכונו!

היראים » 22/4/2010 22:20

איך ריש מיך אויף די חרמות אין קללות וואס גייט ארויסקומען ווי נאר די מקוה וועט זיין פארטיג

איינס פין די גרעסטע חסרונות, האט די מקוה אז ס'האט די מאקסימום חמרות אין הידרוים ''נוסח סאטמאר''

הכונו!

דוד46 » 22/4/2010 22:44

הייסטט עס אז יעצט נוצסטו א מקוה וואס האט די מינימום הידורים...

הערטס_צו » 23/4/2010 19:29

ניין, מ'פארט אויף קרית יואל!

באבע_מעשה » 23/4/2010 20:10


מען גייט און פאפא וואס זיי פאסט נאכצוטוען חומרות והידורים

היראים » 23/4/2010 20:30

ניין
די רבי מיט די דיינים לאזען עס ניצן וויאזוי עס איז אויף דערווייל, ווייל ס'נישט דא קיין בעסער'ס, אין קיין פאפא ווילן זיי נישט שיקען.
אין די רבי שיקט אראפ פין צייט צו צייט ר' חיים קלמן גוטמאן - פין די איינציגע דיינים וועם מ'לאזט דארט אריין

(אין ווער ס'קען זיך מטריח זיין אין פארן ביז ק''י, אדער מאנסי איז אשרו לו)

אבער אז מ'וועט קענען האבען א מקוה וואס זאל נאכקומען אלע חומרות אין הידורים בפרט אז יעדע דיין אדער ת''ח וועט דארט ווערן אריינגלאזט, קוקן מיר שוין שטארק ארויס דערויף
ספעציעל וועט עס זיין נאנט צו די נייע וומ''ס געיגענט ווי עס וואינען היינט באלד מער יודן ווי אין אלט וומ''ס (אלעס איז דארט 6 שטאקיגע אפארטמענט בילדינגס)