עס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל. (האפנטליך יא דאס לעצטע.) עס פאסירט יאר איין יאר אויס. שוידערליכע טראגעדיעס אינעם זומער, וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף ווען מען הערט פון זיי. עס איז קלאר ווי דער טאג אז דאס איז שלא על פי דרך הטבע. עס האט נישט קיין דירעקטן שייכות מיט'ן זומער. נעמט א שטייגער די היינטיגע טראגעדיע מיט'ן טייערן איד וואס איז אוועק פון דער וועלט. עס וואלט געקענט פאסירן יעדע אנדערע צייט אבער פארט האט עס פאסירט אינעם זומער, און דאס זעלבע איז מיט אלע טראגעדיעס וועלכע מען האט געהערט די לעצטע פאר וואכן, און רוב פון די טראגעדיעס וועלכע האבן פאסירט די לעצטע פאר יאר אינעם זומער.
שטעלט זיך די שווערע פראגע: פארוואס איז דער מדת הדין שולט אינעם זומער? וואס וויל מען אונז פון הימל וואונקען? עס קוקט אויס אז עפעס איז מען אין הימל אומצופרידן מיט אונזערע מעשים אינעם זומער. עפעס מוזן מיר פאררעכטן. עפעס א דראסטישער שינוי מוז געשען. לאמיר זיך מאכן א חשבון הנפש און באשליסן למה יצא הקצף. וואס איז דאס אינעם זומער וואס פאראורזאכט א קטרוג רח"ל.
הויפט זייט » כל העולם כולו » פארוואס איז דער מדת הדין שולט אין זומער?
פארוואס איז דער מדת הדין שולט אין זומער?
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2653299
עס איז שווער צו זאגען, ווער בין איך צו וויסען?
אבער אז די רעדסט פין מכשולות פין זימער, קימט מיר די ערשטע ארויף אין קאפ, די פריקות עול פין אסאך פין די פריוואטע קאנטרי'ס וד''ל,
{ב''ה עס קימען צו יערליכע קהלי'שע קאנטרי א שטייגער ווי קרית ויא''מ אין קרית ברך משה,מחנה לפידות, וכו' ווי ס'ווערט איינגעפירט תקנות וואס יעדער שטעלט זיך ב''ה צו, ווי אויך איז מען ב''ה שטארק מתקן די אמאליגע זימערדיגע התרשלות אין לימוד התורה ב''ה, (די ת' כ'קען נישט מיטשלעפן אלע ספרים אין די ביהמ''ד שמעקט פין שימעל - אז נישטא ביי די קאנטרי'ס {אשריך ר' מאיר זעליג, ממך למדו וכן עשו})}

דער בני יששכר זאגט אז די שם פון חודש תמוז איז פארקערט ה-ו-ה-י ווייל חודש תמוז איז שולט דין אויפן וועלט
די שם פון מנחם אב איז האלב כסדרן און האלב פארקערט ווייל ביז ט"ו אב איז דין און נאכדעם איז רחמים