די סיום איז ב''ה געווען א זעלטן מעמד קידוש ד'
הג' הרב שלעזינגער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט מיט ביליציגע אין הערליכע רעיונות, ווי אויך האט הג' הרב ברוידא הערליך ארומגערעדט {כ'בין נישט דארט געווען, כ'האב נאר נאכגעהערט, ווער עס האט מער דעטאלען פין זיין עדות אויף רבינו שליט''א, זאל ביטע ברענגן, כ'בין אנגעקומען פאר די דברות קודש}
די דרשה פין רבינו שליט''א איז געווען א זעלטענע ווארימע דרשה, רבינו שליט''א האט גאר לאנג מאריך געווען בענין לימוד התורה, {דרך אגב, נאך די דרשה האט הרה''ג ר' ליפא ט''ב - א מחותן פין רבינו שליט''א, זיך אויסגעדריקט, כ'האב שוין אסאך געהערט דעם מחותן, אבער אזא ווארימע דרשה האב איך נאכנישט געהערט (ער איז פין די אידן וואס קענען ביידע ''מחותנים'', אין פרעגטס אים מה בין בני לבין....)}
פאר די סיום האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע ביהמ''ד פין מחנה בית רחל אין געקלאפט א מזוזה, דערנאך איז רבינו שליט''א געפארען קיין קרית ויא''מ, אין קודם אפגעשאט א באזיך אינעם נייעם מהודר'דיגען אין פראכטפולען מקווה טהרה (וואס וועט איבערנעמען די יעצטיגע קליינע) ווי רבינו שליט''א איז איבערגאנגען אלע הידורים, וואס ער האט פארלאנגט אא''וו, אין גאר ווארים אנגעווינטשען פאר'ן בארימטן נדבן הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי'''ו, וואס האט זיך געלאזט קאסטען פאר די מקווה די סכום פין $700,000 א חוץ זיין הערליכע נדבה פאר די אלטע מקווה, דערנאך האט רבינו אפגעשטאט א באזיך אינעם נייעם הערליכען בנין הת''ת {וואס איז נעכטן ציפרי פארגעקומען די מעמד פתיחת שערים מיט די באטייליגונג פין די הינדרעטער תשב''ר תושבי המחנה והגלילות - תלמידי הת''ת, אויף א הערליכע פארנעם - עס פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול דערוועגן} ווי רבינו שליט''א האט אנגעווינטשן דעם בארומטן נדבן ר' יצחק וואלף פילאפף הי''ו חבר הנהלת הקרי'
דערנאך איז רבינו שליט''א ערשינען אין באשיינט דעם סיום מס' חגיגה - ווי געשריבן, די ציבור איז געווען בליעה''ר אסאך מער ווי געראכטן, א זעלטן ריזן ציבור איז געשטאנען ביי די גאנצע לענג פין ביהמ''ד הגדול נאכען צילייגען נאך בענק ביי ביידע זייטן, א הערליכע אויבן אן האט באצירט דעם מעמד, ווען די טויזענטער פלעצער זענען באזעצט פין טויזענטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבען די זכי' צו פראווען די מס' אינאיינעם מיט רבינו שליט''א
נאכדעם איז רבינו שליט''א געגאנגען מנחם אבל זיין הג' אב''ד וואלקאון שליט''א אין מחנה מראה יחזקאל - קאלעסבורג, ווי רבינו שליט''א האט אויך אפגעשטאט א באזוך ביי הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט''א
בזמן שהצדיק בעיר ''הוא הווה הוא זיווה הוא הדרה''
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף די רעכטע זייט, זעהט מען הרה''ג ר' שמואל בערגער שליט''א, אב''ד מישקאלץ
תוקן על ידי rebyankel ב- 07/07/2009 0:34:32